די סורוועילענס ווידעא צייגן ווי דער אויפגעריסטעטעט פאליציי מאן, מיט געווער צו קענען אומברענגען טעראריסטן, אנטלויפט פאר זיין לעבן פון א קליין מייזל

פלארידא. – א פאליציי מאן איז געווארן שטארק פארשעמט, און אויסגעלאכט ווען עס זענען ערשינען רעקארדירטע סורוועילענס וואס צייגן ווי ער ווערט אויס מענטש אנטרעפנדיג א קליין מייזל וואס איז ארומגעלאפן אין די פאליציי סטאנציע.

פאליציי סטאנציעס קענען גערופן ווערן די “היים” פאר די פאליציי אפיצירן, שפירנדיג זיך זיכער פון די געפארן וואס קענען אויף זיי לויערן בשעת’ן פאטראלירן די גאסן, זיי זיצן מיט הונדערטער קאלעגעס, און פארברענגען רואיג, דערציילנדיג זיך איינער צום אנדערן וואס זיי זענען דורך, און וואס זיי האבן אלס מיטגעהאלטן.

דער פאליציאנט קען זיך נישט בארואיגן, ארויסלויפנדיג פון די פאליציי סטאנציע…

אונזער געשיכטע האט פאסירט ווען א פאליציי מאן האט שפאצירט אין די קארידאר פון זיין סטאנציע מיט א בינטל פאפירן, ווען מיטאמאל האט זיך פאר זיינע אויגן אנטדעקן א קליין פיצל מייזל, ארומלויפנדיג דערשראקן רעכטס און לינקס, זוכנדיג א וועג ארויס.

מען זעט ווי דער פאליציי אפיציר שפרונגט אויף פון שרעק, אנהויבנדיג טאנצן מיט זיין רוקן צו די וואנט, שרייענדיג א באנומענער, מיט היסטערישע קולות.

דער אפיציר האט אפילו אריינגעשריגן אין די ראדיא, אז עס איז פאראן א לעבעדיגע מייז אין די קארידאר, ערשט ווען ער איז שוין געווען אין די אנדערע זייט פון די געביידע איז ער געקומען צו זיך…

די געשיכטע האט געברענגט אסאך געלעכטער אין די געביידע ווי מען זעט אסאך טרויער, אנגעצויגנקייט, און ערנסטקייט.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.