היינט איז פארשפרייט געווארן אין די פרעסע אין לאנדאן די בילדער פון די נייע £10.

בערך מיט א האלבע יאר צוריק, איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל אין ענגלאנד’ס היסטאריע א נייע סארט פלאסטיג געלט. צום ערשט איז ארויסגעקומען נייע £5 באנקנאטן, און דאן איז פארשפרייט געווארן בילדער פון די נייע £10 וואס וועט ערשט ארויסקומען אום סעפטעמבער.

די נייע 10 פונט באנקנאטן געמאכט מיט געוויסע באשעפענישן פעטנס, פארעפנטליכט אין ענגלאנד

די נייע £5 האט בשעתו ארויס געברענגט גרויס אויפברויז פאר די וואס פארשוינען בעלי חיים, אזויווי די געלט איז געמאכט דורך פעטנס פון בעלי חיים.

איבער 100,000 מענטשן האבן אונטער געשריבן א ״פעטיציע״ מען זאל טוישן אדער אפילו איבער מאכן די נייע £5 און יעצט האט די רעגירונג אויך איבער געמאכט די £10 האבנדיג ווייטער די פראבלעם פון פעטנס פון א בעל חי׳ עס ווערט ערווארטעט אז עס וועט שאפן א שטיקל שטורעם.

איבערן שרייבער

אברהם פיינער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.