נארט קאראליינע – אין א שטארק-פאזיטיווער נייעס, האט מען געהערט אז אידישע פאמיליעס וועלכע וואוינען אין ווילמינגטאן, די שטאט אין נארט קאראליינע וועלכע איז ממש ווי אפגעהאקט פון דער וועלט צוליב די פארפלייצונגען פון שטורעם פלארענס, האבן אריינבאקומען א ליפערונג פון כשר’ע עסנווארג הארט בעפאר יום כיפור, אזוי אז זיי האבן געקענט עסן געהעריג די סעודות אום ערב יום כיפור.
עסנווארג און אנדערע הילף ווערן געליפערט נאר דורך פליגערס אריין קיין ווילמינגטאן אין די לעצטע טעג, און הרב משה לייבליך, דער לאקאלער רב אין דער שטאט, האט זיך געבעטן ביי עסקנים דורכ’ן טעלעפאן, אז מ’דארף וויכטיג עסנווארג אויף ערב יום טוב, און די עסקנים האבן באוויזן צו ערלעדיגן ביי די נעשאנעל גארד, אריינצושיקן 150 פונט כשר’ס.