מומביי – אן אינדיע לופטליניע’ס פלי מאנשאפט, וואס האט פארגעסן צו דרוקן דעם ספעציעלן קנעפל וואס טוט “דיפרעשוריזירן” די פליגער קאבינע, האט געפירט דערצו אז פילע פאציענטן האבן אנגעהויבן ליידן ערנסטע סימפטאמען, אריינגערעכנט בלוטן פון די אויערן, נאז און מויל, און טייל האבן פארלוירן דעם באוואוסטזיין.
פאסאזשירן קענען אטעמען נארמאל אפילו ווען א פליגער פליעט טויזנטער פיס אין דער לופטן, וויבאלד די לופט און אטמאספערע אין דער קאבינע ווערט קאנטראלירט און רעגולירט, אבער דאס דארף אקטיוויזירט ווערן דורך דער פלי מאנשאפט, וועלכע האבן עס דאסמאל פארגעסן צו אקטיוויזירן.
דער פליגער האט ערשט געקענט מאכן אן עמורדזשענסי לאנדונג, נאך א שטונדע זיך דרייען אין דער לופטן העכער מומביי.