לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט אנגעהויבן פלאנירן, אוועקצושטעלן א נייעם פּארט, וועלכע וועט אריינגיין אין באנוץ נאכדעם וואס דער ברעקזיט גייט אריין אין אפעקט.
ענגלאנד וועט דאן פארמאגן אן אייגענעם קאסטומס סיסטעם איבערצוקוקן אלע פראדוקטן וואס קומען אריין צו אירע ברעגעס, און עס איז אויפגעברענגט געווארן א זארג, אז א גרויסע פּארט אינעם וואסער נעבן ענגלאנד, וועט שאפן א שווערן טראפיק אין די וואסערן, פארשווערנדיג פאר אייראפעאישע האנדלס שיפן דורכצופארן.
דער פלאן איז דעריבער אז די בריטישע רעגירונג וועט גרינדן א פּארט וועלכע וועט פאקטיש נישט זיין ביים וואסער, נאר 70 מייל ווייט פונעם וואסער, אין דער מילטאן קינעס געגנט.