וואשינגטאן – די דראמא ארום פרעזידענט טראמפ’ס נאמינירטער סופרים קאורט ריכטער, ברעט קאוואנאו, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, ווען מען האט געהערט אז דער וואס באשולדיגט קאוואנאו מיט סקאנדאליעזע מיסברויכן, וויל ערשט קומען אויפטרעטן אינעם סענאט קומענדיגן דאנערשטאג.
סענאטאר טשאק גרעסלי, וועלכער פירט די יורידישע קאמיטע, האט געהאט געזאגט אז אויב יענער וויל קומען אויפטרעטן און דערציילן די געשיכטע, קען דאס נאר געטאן ווערן קומענדיגע וואך מאנטאג, אבער יענעמ’ס לויער זאגט אז עס איז צו איבערגעאיילט, און זיי וועלן ערשט זיין גרייט דאנערשטאג אויפצוטרעטן.
דערווייל האט מען געזען נעכטן א פרישע אנקעטע, פון “וואל סטריט זשורנאל”, אז דער פראצענט אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן א נעגאטיוון בליק אויף קאוואנאו, איז געשטיגן אין די לעצטע פאר טעג. די רעפובליקאנער זענען אבער נאך אלץ קאנפידענט, אז טראץ’ן יעצטיגן סקאנדאל, וועט קאוואנאו עווענטועל באשטעטיגט ווערן.