די פראנצוזישע אויטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג נאכדעם וואס מענג האנגווי, דער פירער פון די אינטערפאל – די אינטערנאציאנאלער פאליציי אגענטור – איז פארשוואונדן געווארן.
ווי די פאליציי האט באקומען א באריכט, איז דער פירער פון די אינטערפאל אוועקגעפארן פארלאפענעם ענדע מאנאט פון זיין הויז אין ליאון; פראנקרייך, און אפגערייזט קיין כינע. פון דארט און ווייטער האט ער נישט איבערגעלאזט קיין שפורן מער. קיינער ווייסט נישט וואו אהין ער איז אנגעקומען.
א זיכערהייט באאמטער זאגט אז זינט ענדע סעפטעמבער האט קיינער נישט געהערט און נישט געזען גארנישט איבער האנגווי, דער פיר און זעכציג יעריגער פירער פון די אינטערפאל, וואס איז ערוועלט געווארן צו דעם אמט אין נאוועמבער 2016, און דארף דארט צו דינען ביז 2020.
דער פארשוואונדענער איז נישט קיין פנים חדשות אין כינע, ער האט דארט געדינט אלס דער וויצע פארן זיכערהייט מיניסטאר אין די פארגאנגענהייט, און בעפאר האט ער געדינט פאר די כינעזער נאציאנאלער קאנטראל פאר נארקאטיק דראגס, און פירער פון די אנטי טעראר ארגאניזאציע אין כינע.
נאכן זוכן פאר א שטיק צייט, איז יעצט פרייטאג ערשינען א באריכט אין די “סאוט כינע מארנינג פאוסט”, וואס ווייסט צו דערציילן פון אן אנאנימער באאמטער, אז ער איז אוועקגעפירט געווארן דורך די כינעזער רעגירונג פאר אויספארשונגען, אבער יענער האט נישט געזאגט פארוואס ער ווערט אויסגעפארשט, און וואו ער ווערט געהאלטן.
ווי דער אנאנימער באאמטער זאגט, איז ער אוועקגעפירט געווארן באלד ביים לאנדן אין כינע פארלאפענע וואך.