ענגלאנד. – טאם מארגעין, 38 יאר אלט, איז געפלויגן פאר מער ווי 15 מייל, ביי די הויעך פון 8,000 פיס העכער די ערד, איבער די הימלען פון דרום אפריקע, זייענדיג צוגעטשעפעט צו א בלויזער גראז-בענקל (א סארט בענקל וואס מען נוצט צו זיצן אין גארטן) ווערנדיג ארויפ

טאם ביי זיין רייזע, זיצנדיג אויף א גראז בענקל, צוגעטשעפעט מיט גאז באלונס

געטראגן דורך 100 גאז באלונס.

די ווידעא פון זיין רייזע איז געווארן פארעפנטליכט דורך א גרופע וואס רופט זיך “די אוואנטוריסטן” מיט די מיסיע פון “קעמפן צו מאכן די וועלט, ווייניגער לאנגווייליג…”

מארגעין פון בריסטעל, ענגלאנד, האט געארבעט אויף די רייזע לאנגע מאנאטן, איבערקומענדיג שוועריגקייטן, אויספלאנירנדיג פעלער וואס קענען זיך מאכן, ווי באלונען זאלן פלאצן, און שווערע ווינטן.

אויף די וועבזייטל פון די אוואנטוריסטישע גרופע ווערט געמאלדן אז טאם פלאנירט יעצט אזא רייזע פון 3 טעג, צולייגנדיג א ווארענונג אז מען זאל דאס נישט נאכטון ווייל דאס איז עקסטרעם געפארפול, און מען קען נישט אפשאצן ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.