א בריוול וואס עס האט געשריבן א מיטרייזענדער אויפן טיטאניק שיף, א טאג בעפאר עס האט געזינקען איז געווארן פארקויפט פאר די סומע פון 126,000 פונט (166,000$)
דער שרייבער פונעם בריוו אלעקסאנדער אסקער האלווערסאן האט גערייזט אין ערשטע קלאס, אויפן טיטאניק און געשריבן דעם ברי
וו אום אפריל דרייצן 1912 א טאג בעפאר די שיף האט אריינגעזעצט אין אן אייזבארג, זינקענדיג אין די אטלאנטישע אקעאן, מיטנעמענדיג מיט זיך די לעבנס פון איבער 1,500 מענטשן.
האלווערסאן איז געווען א סעילסמאן, און האט גערייזט אויפן שיף מיט זיין ווייב, ער האט געשריבן די בריוו צו זיין מאמע אין ניו יארק.
די אוקשען הויז אלדריגאו & סאן אין ענגלאנד וואס ספעציאליזירן זיך מיט ארטיקלען און פארבלייבענישן פונעם טיטאניק האבן געזאגט אז די בריוו האט א ספעציעלע ווערד צוליב די צייט ווען עס איז געווארן געשריבן און צוליב די אינהאלט.
דער בריוול הייבט זיך אן מיט די ווערטער “מיין טייערע מאמע,” און איז פול מיט זאלצוואסער פלעקן. האלווערסאן שרייבט אז די טיטאניק איז א ריז אין מאס, און איז אנגעפולט ווי אין א הערליכער האטעל, ער לייגט צו “די עסן און טרונקען זענען געוואלדיג.”
אין א אנדערע שורה שרייבט ער אויך “אויב אלעס פארט ווי געפלאנט, וועלן מיר אנקומען צו ניו יארק אום מיטוואך אום AM.
די בריוול באוואוסט אלס איינס פון די לעצטע געשריבענע בריוולעך דורך די אומגעקומענע אויפן שיף, האט מען געפונען נאכן מאסיוון זינקעריי, אין די פאקעטבו”ק פון האלווערסאן, וואס איז געווען צוגעטשעפעט צו זיין טויטן קערפער, ביים אים אפגעפונען נאך די טראגעדיע.
מען האט שפעטער געשיקט די בריוול צו זיין פאמיליע, און לויט אוקשן הויז פארוואלטונג זאגן האט האלווערסאנ’ס ווייב איבערגעלעבט.