א שאקירנדע מאמענט האט פאסירט ביי אן אויספארקויף דורך די “סאטעביס” ליציטאציע פירמע, ווען זיי האבן ארויסגעשטעלט עטליכע טייערע מאלערייען צום פארקויפן, און איינס פון די מאלערייען איז פלוצלינג ארויסגעפאלן פון איר פארעם, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך.
די רעדע איז פון די מאלעריי “מיידל מיט’ן באלון”, וואס איז געמאלדן געווארן דורכ’ן בריטישן ארטיסט וואס רופט זיך בענקסי. ער איז גאר באקאנט און זיינע מאלערייען פארקויפן זיך פאר הונדערטער טויזנטער דאלארן, אבער ער לאכט אפ פון די פארקויפונגען און פון די גאנצע קולטור פון טייערע מאלערייען.
די מאלעריי האט זיך פארקויפט פאר א מיליאן דאלער, ביי א לעצטיגע אויספארקויף דורך “סאטעביס” אין ענגלאנד, און מינוטן נאכ’ן ווערן פארקויפט, ליגנדיג נאך אויפן וואנט אונטער’ן פאדיום, איז עס ארויסגעפאלן אויף שטיקלעך, ווי ערווענט.
עס שטעלט זיך ארויס אז בענקסי האט געהאט אינסטאלירט א “שרעדער” מאשין אינעם פארעם פון די מאלעריי, וואס ער האט דאס געקענט אקטיוויזירן דורך א רעמאוט, און זיין פלאן איז שטענדיג געווען, אז ווען די מאלעריי וועט זיך פארקויפן ביי א ליציטאציע, וועט ער אקטיוויזירן דעם “שרעדער” און די מאלעריי וועט זיך צעשניידן אין שטיקלעך.
סאטעביס האט געמוזט מודה זיין אז בענקסי האט געמאכט מיט זיי א גוטן דזשאב, און דער פארקויפער האט נישט געמוזט צאלן דאס געלט.