אמאל אין א פרייטאג אינדערפרי נאכ׳ן דאווענען, זאגט דער הייליגער בעש״ט זי״ע פאר זיינע צוויי תלמידים, רבי דוד לייקעס און רבי דוד פון מיקאלייעוו ״גרייט אייך צום פארן, ווייל איך וויל אייך שיקן ערגעץ!”.
אזוי ווי עס איז פרייטאג, און אט איז שוין באלד שבת, האבן די תלמידים געפרעגט: ״מיר וועלן דארפן וויילן שבת אונטערוועגנס?״ ״יא!״ – זאגט דער בעש״ט. די תלמידים ווייסן יעצט אז מ’דארף אויך מיטנעמען בגדי שבת, און זיי הייבן זיך אן גרייטן צום וועג.
ווי פארט מען? פארוואס פארן?… – האט דער בעש”ט נישט געזאגט און די תלמידים האבן אויך נישט געפרעגט, ווייל זיי האבן געגלייבט אין זייער רבי׳ן מיט א פעסטע אמונה, און אויב האט ער נישט געזאגט וועלן זיי זיכער שפעטער אליין געוואויר ווערן ווי און וואס.
די צוויי תלמידים זעצן זיך אריין אין א וואגן געשפאנט צו צוויי פערד, און לאזן זיך ארויס אין וועג. ביז ארויס פון שטאט איז דער וואגן געפארן ווי געווענליך, אינדרויסן פון שטאט איז דער וואגן מער נישט געפארן נאר געפלויגן.. די צוויי פערד האבן געשוועבט אין די לופטן ווי צוויי אדלער וואס שלעפן מיט זיך א וואגן מיט רייזנדע.
די צוויי תלמידים פון בעש״ט זענען מיטן כח פון קפיצת הדרך, דורכגעפלויגען פעלדער און וועלדער, שטעט און לענדער א גאנצן טאג אן קיין אפשטעל. פארנאכטס האבן די פערד זיך אפגעשטעלט אין א אומבאקאנטע שטאט און די תלמידים האבן פארשטאנען, אז דא דארפן זיי אפשטייגן, און פארבלייבן ביז איבער שבת.
די תלמידים גייען אריין אין א הויז, און באגעגענען דעם בעל הבית. אן עלטערע יוד מיט א שיינעם הדרת פנים, שוין אנגעטון מיט בגדי שבת. זיין גאנצער מהות און אויסזעהן זאגט עדות אז דאס איז א איש מורם מעם, אפשר גאר דער מרא דאתרא פון די שטאט.
״שלום עליכם, ליבע אידן!״ – ענטפאנגט זיי דער רב. דער רב האט אויך פארשטאנען אז די צוויי געסט זענען נישט אבי ווער, נאר געהויבענע אידן בעלי מדריגה. ״פון וואַ נעט זענט איר״ – פרעגט דער רב.
“פון די שטאט מעזיבוזש״ – זאגן זיי.
״מעזיבוזש?״ – וואונדערט זיך דער רב, ער האט נאך פון אזא שטאט קיינמאל נישט געהערט, אזוי ווייט איז עס געווען פון זיין ארט.
אין וועלבע לאנד געפינט זיך די שטאט מעזיבוזש?״ פרעגט דער רב, מיט די האפענונג אז די לאנד וועט אים שוין יא זיין באקאנט. ״אין אוקריינע״. ״ווען זענט איר פון דארט ארויסגעפארן?״ – פרעגט דער רב ווייטער. ״היינט זענען מיר ארויסגעפארן!״ – ענטפערן די תלמידים.
״אזוי?״ – וואונדערט זיך דער רב, און קען עס גארנישט פארשטיין, פון די ווייטע אוקריינע ביז אהער געדויערט א נסיעה חדשים לאנג, און די אידן האבן עס באוויזן אין איין טאג! דער רב פארבעט זיי צו איינשטיין ביי איהם, און ווערן זיינע געסט במשך די טעג וואס זיי באזוכן אין דעם שטאט.
די תלמידים נעמען אן דעם פארשלאג, סייווי האבן זיי אזוי געקלערט, און זיי ארדענען זיך איין ביים רב אין שטוב. ווען עס האט זיי אויסגעזען אז דער רב גרייט זיך שוין צו גיין אין שוהל אריין צום דאווענען, האבן זיי איהם געבעטן ער זאל אויף זיי ווארטן ווילאנג זיי וועלן גיין אין מקוה און זיך טובל’ען לכבוד שבת.
כאטש עס איז שוין געווען שפעט, האט דער רב מסכים געווען, און די צוויי צדיקים האבן זיךגעאיילט אין מקוה אריין און דערווייל האט זיך דער רב געזעצט זאגן שיר השירים.
ביני לביני איז דער שמש פון שוהל געקומען צולויפן בשליחות פונעם קהל. “רבי, דער גאנצער עולם ווארט אויף אייך, זיי זענען אומגעדולדיג פארוואס דער רב איז היינט נישט געקומען אין שוהל צייטליך, אזוי ווי זיין שטייגער יעדן ערב שבת”. דער שמש – אזוי רעדנדיג – כאפט א בליק אויפ׳ן ספר אין וועלכן דער רב איז פארטון, און זיין וואונדער שטארקט זיך ווען ער זעט אז דאס איז גאר א ״שיר השירים״.
״און פארוואס זאגט דער רב שיר השירים אינדערהיים?״ זעצט פאר דער שמש מיט זיין פרעגנדיגן טאן – ״יעדן פרייטאג פירט זיך דאך דער רב עס צו זאגן אין שוהל״ ״יא, דאס איז צוליב מיינע חשוב׳ע געסט” – פארענטפערט זיך דער רב – “וועלכע זענען אנגעקומען צו מיר היינט שפעט נאכמיטאג, און זיי האבן מיר געבעטן איך זאל אויף זיי ווארטן ווילאנג זיי גייען אין מקוה״.
דערווייל ביז ווען זיי האבן געשמועסט, זענען די צוויי געסט אנגעקומען פון מקוה, און דער רב איז באלד געגאנגען אין שוהל אין די באגלייטונג פון זיינע געסט.
אין שוהל איז רבי דוד׳ל פון מיקאלייעוו צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה, און אזוי ווי זיין שטייגער, האט ער אנגעהויבן מיט א ברען ״הודו לד׳ כי טוב…״ דעם קאפיטל ק״ז אין תהלים וואס דער בעש״ט הק׳ האט איינגעפירט צו זאגן ערב שבת פאר מנחה.
נאכדעם האט ער אנגעהויבן דעם שטיקל “פתח אליהו״, אויך א מנהג פון חסידים, און דאן ״ידיד נפש״ אלעס אזוי ווי זיין רבי האט זיי געלערנט.
דער רב און די קהלה־לייט שטייען און וואונדערן זיך “וואספארא מנהגים זענען דאס?”, זיי האבן נאך אזעלכע מנהגים קיינמאל נישט געזעהן און קיינמאל נישט געהערט. די מתפללים זענען ערשט געווארן שטארק אויפגעברויזט אויף דעם ווילד פרעמדן בעל תפלה, וועלכער פירט דא איין נייע מאדנע מנהגים אן קיינעם’ס רשות, און זיי וואלטן אים תיכף אוועק געשיקט פון עמוד, ווען נישט…
ווען נישט די זיסע שטימע, און די בא’טעמ’טקייט וואט האט זיך געפילט אין די ווערטער וואס רבי דוד האט ארויסגעזאגט פון זיין הייליג מויל, אה! א געשמאק וואס האט זיך צוגאסען אין אלע ביינער. דערמיט איז ער שוין נישט איינמאל געווארען מרוצה לקהל… דער עולם איז געשטאנען ווי פארגאפט און געשלינגען יעדעס ווארט. אזא דאווענען האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהערט, און יעדעס ווארט וואס רבי דוד האט ארויסגעזאגט איז מיט׳ן ניגון ווי געטייטשט געווארן. נאכ׳ן פארענדיגן דאווענען קבלת שבת, האבן די מתפללים זיך נאכגעפרעגט ביים רב ״ווער זענען אט די פרעמדע געסט?.
זיי זענען פון די שטאט מעזיבוזש” זאגט דער רב. ״מעזיבוזש!״ ציען זיי אלע מיט די אקסלען מיר האבן קיינמאל נישט געהערט פון א שטאט מיט דעם נאמען, נאך מער זענען זיי פאר’וואונדער’ט געווארן, ווען דער רב האט זיי פארציילט, אז די מעזיבוזש’ער געסט זענען – לויט ווי זיי דערציילן – היינט פון דארט ארויסגעפארן. און ווי זיי האבן פארשטאנען דארף מעזיבוזש זיין גאר ווייט פון דא, ווייל קיין איינער פון זיי האט נאך נישט געהערט פון אזא שטאט – און ווי איז מעגליך צו פארן אזא ווייטע נסיעה אין איין קורצן טאג?, די אידן וואונדערן זיך אפ, און גייען זיך אהיים.
און דער רב נעמט זיינע געסט און גייט מיט זיי אהיים פראווען די שבת’דיגע סעודה. דער רב מיט זיינע חשובע געסט קומען אן אהיים, און דער רב גרייט זיך צו קידוש ביי זיך אין ספרים שטוב, די צוויי דערהויבענע געסט פארוויילן אינצווישן ביים טיש, און שמועסן צווישן זיך, איינער פרעגט פארן צווייטן: “וואס איז דער רבי [דער בעש”ט] יעצט עוסק?” און דער צווייטער ענטפערט פונקטליך אין וואס דער בעש״ט הק׳ איז יעצט עוסק, כאילו ער שטייט יעצט נעבן זיין רבי’ן און זעהט אלעס מיט די אייגענע אויגן.
אביסל שפעטער חזר׳ט זיך איבער נאכאמאל די זעלבע: ״און וואו האלט יעצט דער רבי?״ און ווידער ענטפערט דער חבר פונקטליך וואו דער רבי האלט איצט. אזוי האט זיך עס איבערגע׳חזר’ט עטליכע מאל – ווען די בני בית מיטן רב אינאיינעם וואונדערן זיך שטארק אויף די אינטרעסאנטע שאלות און תשובות, וויאזוי ענטפערט איינער דעם צווייטן וואס דער רבי זייערע טוט יעצט, זיי זענען דאך נישט דארט!.
דאן איז דער רב אריינגעקומען צום שבת טיש, מ׳האט געמאכט קידוש און זיך געוואשן צו די סעודה. נאכן אָ פעסן די מאכלים האט דער רב געזאגט תורה. ווען דער רב האט פארענדיגט די תורה, רופט זיך אן איינער פון די געסט און פרעגט ווידעראמאל זיין חבר ״אין וועלכן ענין איז דער רבי יעצט עוסק?״
און ווייטער ענטפערט איהם זיין חבר פונקטליך אין וועלכן ענין דער בעש״ט איז יעצט עוסק, דארט אין די ווייטע מרחקים – אזוי פונקטליך זאגט ער עם ווי גלייך ער זאל שטיין נעבן דעם בעש״ט און מיטהאלטן וואו ער האלט. דער רב בלייבט שטיין א פאר’וואונדער’טע. ער און זיינע בני בית קוקן זיך איבער מיט וואונדער, זענען די געסט טאקע בעלי רוח הקודש?
פארזעצונג קומענדיגע וואך אי”ה