די ווייסע הויז קוקט ארויס אז דער אמעריקאנער גלח ענדרא בראנסאן וועלכער איז ארעסטירט אין טערקיי, וועט זיך אין די נאנטע טעג צוריק קערן צו זיין היימלאנד, נאכן דארט אפזיצן פאר צוויי יאר אויפן פארדאכט אז ער האט אנגעדרייט די דורכגעפאלענע פוטש פארזוך קעגן דעם טערקישן פרעזידענט ערדואן אין 2016, און ער וועט באפרייט ווערן אין א ספעציעלער אפמאך וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן אמעריקע און טערקיי, צו פארגרינגערן די עקאנאמישער דרוק אויף אנקארא.
צום אינטערשרייבונג פונעם פרישן אפמאך, זענען אפיציעלע באאמטע פון טראמפ אראפגעפארן לעצטנס קיין טערקיי. די צוויי זייטן האבן אפגעמאכט אז בראנסאן וועט באפרייט ווערן, נאכדעם וואס טייל פון די באשולדיגונגען קעגן אים וועלן עלימינירט ווערן, ביים קומענדיגן פראצעס וועלכע דארף מארגן פארקומען.
די גענויע דעטאלן פונעם אפמאך זענען דערווייל נאכנישט באקאנט, אבער פארמישע באאמטע אין די קעיס טענה’ן אז עס נעמט אויך אריין צו פארלייכטערן די סאנקציעס אויף טערקיי.
טראץ די גאנצע אפמאך, האט וואשינגטאן געלאזט וויסן אז זיי זענען נישט מסכים צום אפמאך וועלכע וועט באפרייען דעם גלח, נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט נישט קיין צוטרוי מער אין אנקארא, וויבאלד זיי האבן פארשפראכן שוין צו באפרייען דעם גלח אסאך פריער, און זיי האבן נישט געהאלטן ווארט.
סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא האט זיך נעכטן באצויגן צום ארעסט פונעם גלח זאגנדיג אז מען האפט אז ער מיט זיין ווייב וועלן אין נאנטן באפרייט ווערן. פאמפעא זאגט אז דאס וועט זיין א פאזיטיווער שריט פון טערקיי’ס זייט, צו קענען צוריק ברענגען באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, א זאך וואס האט שוין לאנג געדארפט פאסירן. ער האט צוגעלייגט אז יעדער גלייבט אינעם גלח’ס אומשולד, און ער וואלט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן.
פון די אנדערע זייט האט מען געהערט פון דעם טערקישן פרעזידענט ערדואן אז “פאליטיקאנטן האבן נישט וואס אריינצורעדן א ווארט אינעם געריכט אורטייל, אדער זיך אריינמישן וואס עס קומט פאר אין געריכט הויז.
דער גלח וועלכער איז געפירט געווארן אין הויז ארעסט פארלאפענעם יולי נאך 21 מאנאטן פון ארעסט, איז אנגעקלאגט געווארן אויף טעראר קלאגעס, און אז ער ווערט געפינען שולדיג אין געריכט וועט ער באקומען א מאקסימום פון 35 יאר אין טורמע.
למרות הדיווח, ארדואן טוען כי “לפולטיקאים אין מילה בפסק הדין” או יכולת להתערב בנעשה בבית המשפט. הכומר, שהועבר ביולי למעצר בית אחרי 21 חודשי מעצר, מואשם בעבירות טרור ואם יורשע עונשו המקסימלי יהיה 35 שנות מאסר.
די ארעסט פונעם גלח בראנסאן האט געברענגט אנגעצויגענע באציאונגען צווישן די פאראייניגטע שטאטן און טערקיי. פרעזידענט טראמפ האט אינעם פארלאפענעם אוגוסט געשריבן אויף טוויטער אז “מיר וועלן גארנישט געבן צו באפרייען א מענטש וואס איז ריין פון סיי וועלכע זינד”, און געטענה’ט אז טערקיי נוצט אויס אמעריקע.
נאך יענעם מאנאט האט טראמפ ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף אנקארא, נאכדעם וואס אלע געשפרעכן צו באפרייען דעם גלח האבן זיך געענדיגט מיט א דורכפאל, און טראמפ האט געווארנט ערדואן אז דער אמעריקאנער גלח ענדרא בראנסאן זאל זאפארט באפרייט ווערן.
“ער איז צו לאנג געהאלטן געווארן אין ארעסט, ער האט גארנישט שלעכטס געטון, און זיין פאמיליע דארף אים האבן” האט טראמפ געשריבן.