אידישע נייעס ווידעאס

באריכט און ווידעא: איד ווערט ברוטאל צושלאגן אין בארא פארק אויפן וועג צו שחרית

א היימישער עלטערער איד איד גאר ברוטאל צושלאגן געווארן היינט אן קיין שום סיבה, גייענדיג רואיגערהייט צום בית המדרש צו דאווענען שחרית. נאכדעם וואס א צווייטער איד האט פרובירט צו אפשטעלן דעם שלעגער, האט דער שלעגער אנגעהויבן נאכצויאגן דעם צווייטן איד און אים אויך געוואלט באקלאפן די ביינער.

די איבערפאל האט פאסירט היינט 7:30 אינדערפרי אין בארא פארק, ווען א 62 יעריגער איד איז געגאנגען צום שוהל וואס געפינט זיך ביים 13 טער עוו. אויף 46, טראגנדיג אין זיין הענט דעם טלית און תפילין בייטל אונטער זיין ארעם.

פלוצלינג שטעלט זיך אפ נעבן אים א שווארצער קאר, וואס איז געקומען צו פארן מיט א ווילדקייט. דער שאפער – וועלכער זעט אויס א מיטל מזרח אפשטאמיגער -איז ארויסגעלאפן פון זיין קאר און אנגעהויבן צו לויפן צום עלטערן איד, און האט זיך ארויפגעווארפן אויף דעם געבנדיג מערדערליכע קלעפ און שטארקע פויסטן אינעם געזיכט פונעם איד, און ער האט אים אראפגעווארפן עטליכע מאל נאכדעם וואס דער איד האט זיך פראבירט צו באשיצן און אוועקלויפן.

די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן דורך זיכערהייט קאמערעס פון פארשידענע ווינקלען, און די פאליציי פארשט אויס דעם אינצידענט, נאכן ארעסטירן דעם שלעגער.

הצלה דבארא פארק האט באלד אפגעפירט דעם איד אין שפיטאל, וואו מען האט געזען אז ער ליידט פון אינערליכע וואונדן. כלל ישראל וואונטשט אים א גרינגע ערהוילונג.


איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.