ארטיקלען און געדאנקען בילדער

אינטערוויו און בילדער: סוכות אין דריטע וועלט לענדער, מיט חסיד’ישע קירוב עסקנים

אינטערוויו מיט עטליכע עסקנים וואס האבן גערייזט אין דריטע וועלט לענדער, צו אויפזוכן נשמות, און זיי מקרב זיין צו אידישקייט. די שוועריגקייטן און אינטערסאנטע מאמענטן.

פון ארי ווייזער, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

אריינפיר: קירוב איז א זאך וואס לויפט געווענליך אינאיינעם מיט חב”ד, ברסלב, אדער ספרד’ישע מקובלים. לעצטנס אבער הערשט א שטיקל אויפוואכונג דורך אסאך אינגעלייט וועלכע אנטוויקלען א געשמאק אין ארומפארן איבער די וועלט, אויפזוכן אידישע נשמות אין די מערסט פארווארפענסטע ערטער, און זיי מקרב זיין צו אידישקייט, אידישע מנהגים, די תורה און צו די הייליגע באשעפער.

מיר כאפן א שמועס מיט ר’ בערל אינדיג, א סאטמארער אינגערמאן פון וויליאמסבורג, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם ירושלים דאמעריקא אויף יום טוב סוכות, און זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער קיין קובא, אינאיינעם מיט עטליכע פריינט, פשוט צוליב די געפיל פון אויפטון און דערנענטערן אידישע נשמות וואס לעכצן פאר עפעס העכערקייט אין לעבן. מער איבער זייער אינטערסאנטע נסיעה,
לאמיר עפענען דעם שמועס מיט ר’ בערל און אים בעטן ער זאל זיך פארשטעלן פאר די אידישער ווינקל ליינער.

בערל: איך בין אַ אינגערמאן, איך בין אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן אין וויליאמסבורג, געלערנט אין סאטמאר, איך ארבעט אין אנליין פאר פרנסה, און אין די זייט האב איך ליב ארומצופארן צו פארווארפענע אידישע קהילות און ארויסהעלפן מיט וואס נויטיג.

אידישער ווינקל: ווי קומט צו א סאטמארע אינגערמאן צו ווערן א קירוב אקטיוויסט?
בערל: איך בין אביסל ארומגעפארן איבער די פארשידענע שטאטן אין אמעריקא און געזען אז אין ניו יארק איז זייער גרינג צי זיין א איד ווען אלעס איז אזוי שיין ציגעשטעלט אבער אסאך קהילות אפילו אין די נאענטע לענדער און געגנטער מוטשען זיך שטארק האלטן אידישקײט און איך האב באשלאסן זיי צו העלפן ווי ווייט מעגליך.

אידישער ווינקל: ווי האט איר געפראוועט יום טוב סוכות?

בערל: מיר זענען געפארן א גרופע פון זיבן חברים צו די קעריביענס.

די ערשטע טעג זענען מיר געווען אין סאנטא קלארא, א שטאט אין קיובע. פון דארט האבן מיר גענומען חול המועד א שיף קיין פּאורט-אע-פּרינס, האיטי. דארט זענען מיר געווען צוויי טעג, פון דארט זענען מיר געפארן צום דאמיניקען רעפּאבליק.

אידישער ווינקל: פארוואס זענט איר אזויפיל ארומגעפארן און נישט געבליבן אין איין פלאץ?

בערל: צו קענען אנקומען צו וואס מער אידן פארשפּרייטן דעם דבר ה׳ און לערנען מער איבער די ארטיגע קולטור און מנהגים.

אידישער ווינקל: וואספארא סארט אידן וואוינען דארט?

בערל: אין קיובע זענען רוב פון די אידן זענען נישט באהאווענט אין שמירת המצות, עס זענען דא עטליכע שולן אבער נאר איינס איז ארטאדאקסיש געשטימט. מערסטנס אידן זענען אנטלאפן נאכדעם וואס די פידעל קאסטרו קאמוניסטישע רעזשים האט געשלאגן ווארצלען.

די וואס זענען געבליבן, א חלק פון די אידן זענען גאנץ מסודר פינאנציעל קעגן רוב פון באפעלקערונג, אבער רוב לעבן אין ארעמקייט.

די מעלה אין קיובע איז אז די אידן לעבן אינאיינעם, מען איז זייער באחדות און מען העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן. למשל, די קהילה האט א פאלקס-קיך ווי הונגעריגע קענען עסן בחינם. ווי אויך פארמאגט די קהילה א פריוואטע אפטייקער אזא סארט גמ״ח ווי מען קען באקומען פארשידענע מעדעצינען און אנטי-ביאטיקס וואס איז שווער צו באקומען אין לאנד.

אין האיטי איז דא בלויז 37 אידן אינעם גאנצן לאנד קיינער פון זיי נישט קיין שומרי תורה ומצות. מערסטנס זענען משפחה מיטגלידער פונעם אידישען ביליאנער גילבערט ביגאו וואס איז לויט קלאנגען די רייכסטע מאן אין לאנד. עס איז נישטא קיין שול אבער צומאל קומט מען זיך צוזאם אין איינער פון די אידישע הייזער ווי איינער פארמאגט א ספר תורה.

אין די דאמיניקען רעפאבליק זענען פארהאן היינט בערך דריי טויזענט אידן מיט נאך צענדליגער טויזענטער וואס געבן זיך אן אַלס אידן אפשטאמיגע פון די אנוסים, מערסטנס פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשאט סאנטא דאמינגא ווי אויך איז פארהאן עטליכע הונדערט אידן אין סאסוע, א שטעטל אין די פּוארטע פּלאטא פּראווינץ. די גרויסע שול איז ארטאדאקסיש און ווערט געפירט ע״פ הלכה כאטש אירע מיטגלידער זענען נישט פולשטענדיגע שומרי מצות.

פארהאן פון די אידן וואס זענען גאר רייך און פארמאגן פריוואטע פליגער און הייזער איבער די וועלט און א חלק פון זיי זענען ממש ארעם פאַר ברויט. אזוי ווי אין די גאנצע לאנד איז אויך ביי די אידישע קהילה די חילוק צווישן די רייכע און אלגעמיינע באפעלקערונג גאר גרויס.

אידישער ווינקל: ווי אזוי איז אריבער יום טוב סוכות?

בערל: מיר זענען אנגעקומען דארט מיט אייגענע ד׳ מינים אבער א סוכה האבן אונז די ארטיגע אידן שוין אויפגעשטעלט איידער מיר זענען אנגעקומען. מיר האבן מיטגעברענגט פאר די ארטיגע אידן געוויסע פראדוקטן אין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט.

באזוכענדיג אינעם לאקאלער אידישער בית החיים האט זיך אנגעזעהן אז אמאל איז דארט געווען א שיינע אידישע קהילה.

די תפילות האט מיר געדאווענט באזונדער וויבאלד, אנדערש ווי אפגעשמועסט, איז די שול נישט געווען אין איינקלאנג מיט די הלכה, אבער די סעודת שבת האבן מיר אינאיינעם געגעסן מיט עסן וואס אונז האבן געברענגט. די קיובע אידן זענען זענען זייער געפיהליש און האבן נישט אויפגעהערט בעטן אינז זאלן זינגען נאך און נאך אזוי האבן מיר געזינגען שעות ווען זיי שאקלען זיך ארום אונז…

אידישער ווינקל: וואס טוט זיך מיטן חול המועד האלטן?

בערל: חול המועד האבן מיר גענומען א שיף קיין האיטי, אונז האבן געפלאנט צו זיין דארט אויף שבת חול המועד ביי א אידישע פאמיליע. למעשה האבן מיר באַשלאָסן צו פארלאזן דאס לאנד נאך צוויי טעג ווי באלד די פארברעכן דארט איז ממש געפערליך, א פרעמדער קען נישט ארויסשטעלן א טריט אויפן גאס אן ווערן באראבעוועט, אונזער סוכה איז 3 מאל צעווארפן געווארן דורך יונגווארג פאר די וויץ דערפון כאטש עס מיר האבן זיך שוין אויפגעהאלטן אין אן אזויגערופענער “בעסערער” געגנט.

מיר האבן גענומען א טענדער צום דאמיניקען רעפאבליק. ‘סאסועא’ הייסט די שטעטל ווי מיר זענען געווען שבת. דארטן האבן מיר געטראפן עטליכע אידן וואס זענען אנטלאפן ווען זיי זענען געווען קינדער, פון אייראפע איידער די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן ווען די ערד אונטער זיי האט אנגעהויבן ברענען. געוויסע פון זיי רעדן נאך אידיש אבער זייערע קינדער זענען ליידער אסימילירט.

אידישער ווינקל: ווי אזוי האט מען געפראוועט שמחת תורה?

שמחת תורה האבן מיר געפראוועט אין די הויפט שול פון סאנטא דאמינגא, דארטן איז שמחת תורה א ריזיגע ״מצב״ עס קומען מער מענטשן ווי סיי ווען. מען טאנצט און מען שפרינגט עס איז דא צוגעשטעלט שנאפס כרצון איש ואיש. היי יאר זענען געווען צענדליגער משפחות וואס האבן אימיגרירט פון ווענעזועלע, א זאך וואס איז געווען א שטארקע חיזוק פאַר די לאקאלע קהילה.

ערב יום טוב זענען מיר אריבער אין די שטאטישע שולעס און קאלעדשעס ווי מיר האבן געפרעגט יעדן דורגייער ״דשואיש״ אדער ״יעהודי״. די וואס האבן געשאקלט מיטן קאפ האבן מיר געגעבן די אדרעס פון די שול.

און ווי באוויסט, וואו א גרופע חסידים קומען ווערט טאקע הויך יום טוב… עס איז געווען א קיימה לן פון קרוב צו פיר הונדערט אידן, פון די וואס קומען צו ביהמ״ד יעדע פרייטאג צונאכטס ביז אידן אנוסים וואס זענען א טאג פארדעם געוואר געווארן פון זייער באבע אז זיי זענען אידן, פון אידן וואס דאווענען אין ראדני ביז אידן מיט טונקלהויטיגע ארומגעהילט מיט בלויע טליתים.. די הויכפונקט איז געווען ווען מיר האבן געזינגען די זעקסטע הקפה ניגון כמסורת אבותנו ורבותינו אויף א ווייטן קאריביען אינזל.

אידישער ווינקל: וויאזוי זענט איר געווארן פארמישט מיט די קהילות?

בערל: לעצטע פסח האט מיר מיין ידיד הרב משה קליין געלאדענט איך זאל פארן מיט אים און א גרופע חברים קיין כינע ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען צענדליגער משפחות אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים, עס איז געווען א פריוואטע איניטיאַטיוו פינאנצירט דורך א לאקאלע אידישע פילאנטראפ.

מען האט אפגעדינגען א גאנצע האטעל אין א שטילע שטאט נישט ווייט פון שאנכאי, מיר האבן מיטגעברענגט בראדוועי מצות כל מטעמים פון אמעריקא. וויין און מחזורים האבן מיר באשטעלט פון א״י און אזוי האבן מיר געפראוועט מיט זיי דעם יום טוב כדת וכדין.

ר׳ משה א טאלאנטפולע מחנך וואס דינט איבערן יאר אַלץ פרינציפעל אין חדר אמרי שפר האט איינגעשפאנט אפאר לעבעדיגע בחורים וואס האבן אינאיינעם אראפגעשפילט דאס גאנצע סיפור יציאת מצרים אויף סטעידש ביים סדר טיש אויף א גרינגע ענגליש גאנצע דריי שעה.

די מעמד איז געווען ממש רירנד! פאַר אסאך פון זיי איז דאס געווען דאס ערשטע מאל וואס זיי האבן געכאפט די גרויסקייט פון יציאת מצרים, קבלת התורה און שמירת מצות.

איך האב דעמאלטס אריינגעטראכט ‘אשרינו מה טוב חלקינו’ אז אונז וואקסן אויף אין א קהילה ווי עס איז דא מער בתי מדרשים ווי מענטשן, ווי יעדע גוי אין גראסערי רעדט אידיש און אונז האבן די זכיה צו לערנען אין א תלמוד תורה, און ווי נעבעכדיג עס קוקן אויס די פארווארפענע אידישע נשמות, פארשטויסן צווישן די גוים, פארט נפשות מישראל, מאוצר כלי חמדתו של הקב״ה.

פון דאן פאר איך פון צייט צו צייט צו פארשטופטע אידישע קהילות איבער די וועלט, זיי מחזק זיין און העלפן מיט וואס זיי דארפן צו פירן א ערליך אידיש לעבן און אויפצוען די קומענדיגע דורות אַלץ שטאלצע תורה טרייע אידן.

אידישער ווינקל: ווען איז דאס קומענדיגע מאל וואס מען פלאנט אזא נסיעה?

 

בערל: מיר האבן שוין פלענער אבער איך וויל נאכנישט רעדן ווילאנג ס’איז מער זיכער, וואס יא, מיר וועלן האלטן די אידישער ווינקל ליינער אינפארמירט, און ברענגען באריכטן פון אונזער באזוך, איין זאך יא, אז אויב ארבעט זיך עס יעצט אויס ווי געפלאנט, קענט איר זיין זיכער איר וועט זייער הנאה האבן…

מיר טוען זיך באדאנקען פאר ר’ בערל פאר די שיינע אינטערוויו, און פאר העסקן ר’ משה קליין פאר’ן דאס צושטאנדברענגען, און אויפטון פאר אידישע קינדער אגאנצן יאר אין חינוך, און כסדר מיט זיינע רייזעס ארום די וועלט.


די רייזע אין בילדער


די ארעמע גאסן אין קובא, ווי די גרופע האט זיך אויפגעהאלטן די ערשטע טעג סוכות, וועלכע זיי האבן פארלאזט צוליב די פולע פארברעכן וואס בוזשעווען אויף די גאסן.

די ארעמע גאסן אין קובא, ווי די גרופע האט זיך אויפגעהאלטן די ערשטע טעג סוכות, וועלכע זיי האבן פארלאזט צוליב די פולע פארברעכן וואס בוזשעווען אויף די גאסן.

פון אינעווייניג אין די אידישע קווארטל אין קיובע

היסטארישע בילדער אויף די ווענט פון די קאמיונטי צענטער אין קיובע

די בית הכנסת אהל שלמה אין קיובע (מערקט די כשר׳ע סוכה אויפן דאך)

תנ״ך אין אידיש אויף אויסשטעל אין די אידישע בית כנסת אין סאנטא דאמינגא

א אידיש קינד אין סאנטא דאמינגאו, נעבן די סוכה. (מערקט די סכך וואס הענגט פון אויבן)

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.