אידישע נייעס

פערטע אטאקע אויף אידישע יאטקע אין שווייץ

צום פערטן מאל, האבן זיך אנטיסעמיטישע צוהיצטע כוליגאנעס היינט איינגעבראכן אינעם כשר’ן פלייש יאטקע אינעם שטאט באזעל אין שווייץ, אנמאכנדיג דארט שאדן, אין צוגאב פון דעם וואס אידישע ארבייטער אויפן ארט זענען פיזיש צושלאגן געווארן.

אין איינע פון די פעלער האט מען געשעדיגט דעם טאוול ביים אריינגאנג צום יאטקע וואו עס איז געשטאנען אויף ענגליש און העברעאיש די ווערטער “אידן” און “כשר”.

פארלאפענעם זונטאג האבן די אנטיסעמיטישע כוליגאנעס ווידער אטאקירט דעם יאטקע, נאכדעם וואס זיי האבן אויסגעשאסן דעם פאדערשטן גרויסן פענסטער ביים אריינגאנג צום געשעפט.

דער פרעזידענט פון די אידישע געמיינדע אין באזעל, לאופעלד סטעפענעסקי, האט געפאדערט אז עס מוז שוין גענומען ווערן שריט קעגן די אנטיסעמיטישע אטאקעס וועלכע צושטערן די רואיגקייט פון די אידישע געמיינדע וואס טשעפעט נישט קיינעם.

א גרויס פארדאכט איז דא אז דערונטער שטייען די צער בעלי חיים גרופעס, וועלכע פרובירן פאר אלע געלטער צו אסר’ן אידישע שחיטות, און די פאליציי נעמט דאס אין באטראכט ביי זייער אויספארשונג.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.