אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כינע וועט אפשטעלן איראנער אויל אימפארטן

ארום צען טעג בעפאר די אמעריקאנער סאנקציעס אויף איראן גייט אריין אין קראפט, האט די נאציאנאלער נאפט פאבריק פון כינע געמאלדן אז פון קומענדיגער ערשטן אין נאוועמבער, וועלן זיי אויפהערן צו אימפארטירן אויל פון איראן.

ווי כינעזער באאמטע האבן געזאגט פאר די רויטערס נייעס סטאנציע, קומט דאס וויבאלד זיי ווילן נישט ליידן פון די אמעריקאנע סאנקציעס וועלכע באשטראפן סיי וועלכע לאנד וואס אימפארטירט אויל פון איראן.

עס איז וויכטיג אנצומערקן אז כינע איז דער סאמע גרעסטער אויל אימפארטירער פון איראן,וועלכע איז ווערט ארום איינס און א האלב ביליאן דאלער א מאנאט.

אויב וועט זיך די כינעזע אויל אימפארטן פון איראן ווירקליך אפשטעלן, וועט דאס זיין א גרויסער קלאפ פאר די איראנער, וואס ליידן שוין אזוי אויך פון א פארקריפלטע עקאנאמיע, זינט פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראנער נוקלעארער אפמאך.

כינע איז נישט דאס ערשטע לאנד וואס מעלדט אפצושטעלן די אויל אימפארטן פון איראן. בלויז א חודש צוריק האט מען געהערט די זעלבע פון אינדיע, דרום קארעא און יאפאן, אז זיי שטעלן אפ די איראנער אויל אימפארטן אויס זארג פון אמעריקאנער סאנקציעס.

אין דעם סטעיטמענט פון די נאציאנאלער נאפט פאבריק פון כינע קען מען אנמערקן א געוויסער ווינק פון כינע צו פרעזידענט טראמפ, איבער די האנדלס קריג צווישן די צוויי לענדער, אז זיי זענען גרייט צו פארציכטן אויף א ריזיגער אימפארט פון זייער זייט צו קענען פארבעסערן די זיכערהייט פון דעם אינטערנאציאנאלן געמיינדע, און באיקאטירן נישט די אמעריקאנער געזעצן, וויבאלד זיכערהייט און האנדל זענען צוויי באזונדערע פראנטן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.