לאקאל און נאציאנאל

דראמא: באמבע פעקלעך געשיקט צו הויכראנגיקע דעמאקראטן

א טומל און טעראר שרעק הערשט איבער אמעריקע, נאכדעם וואס אסאך הויכראנגיקע דעמאקראטישע שישקעס האבן ערהאלטן באמבע פעקלעך אין פאסט, פון וואס קיינער איז דערווייל נישט געשעדיגט געווארן.

די פארדעכטיגטע פעקלעך וועלכע האבן ערהאלטן אויפרייס מאטעריאל זענען אנגעקומען צו די שטיבער פונעם געוועזענעם פרעזידענט קלינטאן און די לעצטע דעמאקראטישע פרעזידענט נאמינירטע פרוי קלינטאן אין וועסטשעסטער; און צום הויז פון דעם געוועזענער פרעזידענט, באראק אבאמא אין וואשינגטאן.

ביידע פעקלעך זענען אפגעשטעלט געווארן אין צייט, נאכדעם וואס די סיקרעט סערוויס האט עס געטראפן ביי די רוטינע זיכערהייט אונטערזיכונגען אויף די פעקלעך וואס קומען אן צו אט די שישקעס, און זענען אוועקגענומען געווארן דורך די סיקרעט סערוויס פארזיכערטערהייט.

אזוי אויך איז אנגעקומען א פארדעכטיגט פעקל קיין פלארידע צו קאנגרעספרוי וואסערמאן-שולץ, באזונדער האט גאווענער קאומאו געזאגט אז ער האט אויך ערהאלטן אזא פעקל, אבער די סיקרעט סערוויס האט עס דערווייל נישט באשטעטיגט.

באזונדער איז אנגעקומען א פארדעכטיגטער פעקל צו א סי. ען. ען. נייעס סטאנציע אין דעם פאסט צימער, וואס איז באקאנט מיט זייער שטארק ליבעראלע און אנטי-טראמפ אידיאלאגיע. די בריוו איז געווען אדרעסירט צום געוועזענעם סי. איי. עי. דירעקטאר זשאן בערנאן… די גאנצע געביידע איז עוואקואירט געווארן.

קלאנגען זענען ארומגעגאנגען אז אויך אינעם ווייסן הויז זענען אנגעקומען אויפרייס פעקלעך, אבער די סיקרעט סערוויס האט געלייקנט. ווי דער היימישער עמי קראנספעדאנט הרב טורקס באריכטעט אויף קול מבשר, קען דאס זיין א קאווער אפ פונקט ווי א פאלשע שטיקל נייעס…

פרעזידענט טראמפ איז געווארן אינפארמירט איבער די נייעס און האלט מיט אלע אנטוויקלונגען, און די ווייסע הויז האט אין א סטעיטמענט שארף פארדאמט דעם אינצידענט, זאגנדיג אז דער שולדיגער וועט באצאלן די הארבסער פרייז וואס די געזעץ קען נאר געבן דערפאר.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער לינקער ביליאנער דזשארדזש סאראס האט ערהאלטן אן ענליכער פעקל אויף פאסט.

די עף. בי. איי. האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס שטייט אונטער די אטאקעס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

  • קוקט וויירשיינדלעך אויס אז סאיז געשיקט געווארן דורך די דעמאקראטן וואס וויל אנהעצן די דעמאקראטן ארויס צו שטורעמען אין די מאסן שטימען אין די וואלן קעגן די רעפאבליקאנע

    • קען פונקט אזוי זיין א רעפובליקאנער משוגענער וואס גייט ליידיג. עס מאנגלט נישט משוגעים אין די רעפובליקאנער פארטיי, קוק נאר אויף זייער פרעזידענט…

      די חידוש דא איז אז ס’ווערט א מהפכה אין די מידיע, אין די צייט וואס ווען קושנער האט באקומען באמבעס האט עס קיינער נישט געקאווערט.

      אבער שוב יש לומר אז דא רעדט מען פון א רייע מיט באמבעס, אבער ביי קושנער איז בלויז איינער געצילט געווארן.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.