די פאראייניגטע שטאטן זענען לעצטנס געפארן אויף רעדער איבער דעם גרויסארטיגן לאטערי וועלכע איז געווארן אויסגעצויגן נעכטן נאכט, אין ווערד פון אזויפיל ווי 1.6 ביליאן דאלער. די לאטערי פיבער האט אנגעשטעקט שווערע הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס האבן זיך געשלענגלט אין די ליניעס, אויספרובירנדיג זייער מזל, צו פארדינען גרינג געלט.
די לצים האבן זיך געהאלטן פארנומען מיט דעם לאטערי, וויאזוי כאטש וואס עס איז געווען א שאנס פון איינס אין א 302,575,350 צו געווינען די לאטערי, האט מען זיך נישט אפגעהאלטן פון קויפן א צוויי דאלערדיגע טיקעט אדער מער, וואס ווערט אנגעקוקט דורך עקספערטן ווי א פשוט’ער געמבלינג…
נאכדעם וואס די לאטערי האט פאר א לאנגע וויילע אן קיין געווינער, און עס האט שוין געהאלטן ביים פאנטאסטישן סומע פון 1.6 ביליאן דאלער, האט מען געהערט איבער איין געווינער, וואס די לויט די לאטערי באאמטע איז דאס פארקויפט געווארן אין דרום קאראליינע.
אויב וועט נישט זיין נאך געווינער’ס, וועט דער איינציגסטער געווינער קענען אויסוועלן אויב ער וויל באלד באקומען די סומע פון 904 מיליאן דאלער, אדער די גאנצע 1.6 ביליאן דאלאר אין א צייט אפשניט פון 29 יאר.
די געווינענדע ציפערן זענען 5, 28, 62, 65 ו-70. דער פאוער באלל איז נומער 5.
אויך די פעדעראלע רעגירונג וועט מאכן א לעבן מיטן געווינסט, נאכדעם וואס זיי ציפן אראפ אזויפיל ווי 25% פונעם געווינס בעפאר דער געווינער ערהאלט זיין טשעק, און געניסט שפעטער פון פרישע שטייערן, דאס איז אין צוגאב פון דעם וואס די רוב שטאטן נעמען אויך אראפ פאר זיך א שיין שטיק פראצענט פאר שטייערן.