לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

ווען האט טראמפ אראפגעהאקט טעלעפאנען פאר וועלט פירער?

דורכאויס א פאליטישער ראלי לטובת די רעפובליקאנער פארטיי אין וויסקאנסין, האט פרעזידענט טראמפ זיך היינט באצויגן איבער זיין שריט פון אריבערציען דעם אמעריקאנעם אמבעסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, א שריט וואס אסאך אמעריקאנע פרעזידענטן האבן שוין פארשפראכן, אבער טראמפ האט דאס נישט בלויז פארשפראכן נאר אויך אויסגעפירט, פאר עטליכע מאנאטן צוריק.

די שריט האט געברענגט אויפברויז פון פארשידענע לענדער איבער די וועלט, איבערהויפט די אראבישע לענדער, נאכדעם וואס ירושלים איז אפיציעל א נייטראלער שטאט וואס באלאנגט נישט פאר מדינת ישראל.

טראמפ האט געזאגט אז ער איז אויסגעשטאנען אסאך דרוק און קריטיק דערוועגן. “איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן פאר אלע פרעמדע פירער, וועלכע האבן מיר גערופן און געבעטן אז איך זאל נישט אריבערפירן די אמעריקאנער אמבעסאדע קיין ירושלים”. האט ער פארציילט וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט פון די ביטעס…

ער האט אויך דערציילט ביי זיין רעדע איבער דאס אריבערציען דעם אמבעסאדע, זאגנדיג אז “אונזער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל דוד פריעדמאן האט באוויזן צו רענאווירן דעם פרישן קאנסולאט פאר פינף הונדערט טויזענט דאלער, און דערמיט געשפארט שווערע ביליאנען דאלארן וואס א פרישע געביידע וואלט געקאסט פאר אונזערע שטייער צאלער”.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.