כלל ישראל איז אויפגעטרייסלט און צושאקלט, הערנדיג איבער די ביטערע שרעקליכע טראגעדיע וועלכע איז פארגעקומען דעם שבת קודש, ווען א נאצישער אנטיסעמיט האט קאלטבלוטיג אטאקירן און דורכגעפירט א שחיטה אויף א אידישער צענטער”עץ החיים” אין פיטסבורג, פענסליוועניע, וואס האט געברענגט צו 11 טויטע, צווישן זיי אכט אידישע קרבנות השם ירחם.
דאס האט פאסירט דעם שבת קודש פרשת וירא אום 10:15 אינדערפרי, ווען א באוואפנטער נאצישער חיה האט אריינשפאצירט אינעם צענטער וואו עס האבן זיך געפינען צווישן 20 און 30 מתפללים, און אנגעהויבן צו שיסן אויף זיי, שרייענדיג אז מען דארף אומברענגען אלע אידן רח”ל, און אנגעהויבן צו שיסן מיט א רציחה אויף די מתפללים וואס האבן געהאלטן קוים א האלבע שעה נאכן דאווענען, און זיך נאך אויפגעהאלטן צוליב א שמחת ברית מילה וואס איז פארגעקומען אין צענטער.
דער מערדער האט צוערשט געשאסן אינעם צענטראלן גרויסן זאל אויף די מיטלסטע שטאק, און דאן איז ער אראפגעלאפן צום אינטערשטן שטאק מיט א רציחה, און געשאסן אויף די פארזאמלטע ביים ברית. דאן איז ער ארויפגעלאפן צום דריטן שטאק פארצוזעצן זיין שחיטה, וואו ער האט זיך פארבארקידירט, און אנגעהויבן צו שיסן פון דער הייעך אויף די פאליציי קרעפטן וועלכע זענען אלארמירט געווארן אפצושטעלן די ביטערע שחיטה.
דער שיסער האט פארמאגט עטליכע ביקסן מיט זיך, און ווען די קוילן פון איינס האט זיך אויסגענוצט האט ער באלד ארויסגעצויגן די קומענדיגע, ווייל איבערפילן פון פריש די קוילן מאגאזין וואלט פאר אים געמיינט קומען צו אן אפשטעל פאר א מינוט, וואס דאן וואלט מען אים געקענט בייקומען.
פון די שיסערייען זענען אומגעקומען אכט אידישע קרבנות, און דריי פאליציי אפיצירן, ביז ווען עס איז ענדליך געלונגען פאר די פאליציי אים צו כאפן און ארעסטירן, נאכדעם וואס ער האט נאכגעלאזט פון די ווילדע שיסעריי, זייענדיג מילד פארוואונדעט פון די פייער אויסטויש צווישן אים און די פאליציי קרעפטן.
דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 46 יעריגער ראבערט באווערס, א ווייסער נעא נאצי, וועלכער האסט אידן, און האסט פרעזידענט טראמפ’ס פאליסיס לטובת מדינת ישראל. בעפאר ער האט זיך ארויסגעלאזט צום שחיטה האט דער מערדער געשריבן אז ער קען מער נישט פארשווייגן די אידישע ארגאניזאציעס און זייערע אקטיוויטעטן.
ווי נאר דער רוצח איז אומשעדליך געווארן האט מען באלד שווער באוואכט אלע אידישע צענטערן אין געגנט, און פארבעטן די אידישע געמיינדע זיי זאלן זיך נישט פארזאמלען מער דעם שבת אין די בתי מדרשים, אלס שרעק פון נאך א ווילדע אטאקע.
אזוי אויך זענען אידישע שוהלן איבער גרעיטאר ניו יארק באוואכט געווארן דורך פארשטערקערטע פאליצייאישע קרעפטן, אפצוהיטן פון אנדערע מטורפים און מערדער.
פרעזידענט טראמפ האט אדרעסירט דעם אטאקע זאגנדיג אז די מתפללים האבן נישט געהאט קיין געווער אויף זיך ווערנדיג אטאקירט, און שוין אינאיינוועגס געזען צו פארטיידיגן זיינע לויזע געזעצן איבער גאן קאנטראל, זאגנדיג אז ווען די ארטיגע אידן וואלטן געהאט ביקסן מיט זיך וואלט די זאך אויסגעזען אינגאנצן אנדערש. געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט אויך פאליטיזירט דעם ביטערן אטאקע צו פארדאמען די לויזע גאן רעגולאציעס, זאגנדיג אז ווען עס וואלט געווען שטרענגער צו שאפן א ביקס, וואלט דער מערדער נישט געקענט אזוי גרינג אומברענגען מענטשן.
טראמפ האט אויך אויסגעלויבט די ארבעט פון די פאליציי וואס האט געטון אן אויסערגעווענליכער ארבעט, און אראפגעריסן דעם מערדער, זאגנדיג אז ער איז “א משוגענער וועלכער וועט צאלן די פולסטע פרייז”. דער פרעזידענט האט פארגעשלאגן צו געבן טויט שטראף פארן רוצח, זאגנדיג “מען דארף אים געבן טויט שטראף, און זיכער מאכן אז עס זאל נישט נעמען צו לאנג ביז עס קומט דערצו”.
כלל ישראל איז מתפלל אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, מיר זאלן קענען אייך ברענגען נאר בשורות טובות, אמן.