וואשינגטאן – עף-בי-איי קוועלער האבן נעכטן געזאגט, אז די פעדעראלע אויספארשער האלטן גאר נאענט צום אידענטיפיצירן דעם פארשוין וואס האט אפגעשיקט די באמבע פעקלעך צו פילע פראמינענטע דעמאקראטישע פארטיי פיגורן – וועלכער האט באקומען דעם צונאמען “מאגא באמבארדירער”, צוליב וואס “מאגא” איז אין קורצן פון פרעזידענט טראמפ’ס סלאגאן “מעיק אמעריקע גרעיט עגעין”.
ווי מ’הערט, האבן די אויטאריטעטן זיך אנגעהויבן קאנצענטרירן אויף פלארידע, און זאגן אז דער באמבע שיקער וואוינט דארט, אדער געפינט זיך דארטן, ווייל פון דארטן האט ער ארויסגעשיקט די פעקלעך. מער אינפארמאציע איז נישט דערווייל קלאר, אבער ווי די אויטאריטעטן זאגן, האט דער שיקער איבערגעלאזט פיל באווייזן, וואס וועט פירן צו דערגיין זיין אידענטיטעט אמשנעלסטן און אים ברענגען צו ארעסט.
באזונדער איז נעכטן באריכטעט געווארן, אז די סיקרעט סערוויס האט באוויזן אפצושטעלן א באמבע פעקל וואס איז געווען אויפ’ן וועג צום היים פון געוועזענעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, און אויסער דעם איז איינס אנגעקומען צום היים פון ראבערט דענירא, א ליבעראלער אקטיוויסט און פובליק פיגור. געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער איז אויך געווארנט געווארן, אז ער וועט מעגליך באקומען אזאנס.