אידישע נייעס

באזארגענדע ליאלקע געפינען אינדערויסן פון מיידל שולע אין לעיקוואד

א ליאלקע (דאלל) אנגעטוען מיט קליידונג ענליך צו די יוניפארם  מיט וואס עס גייען די מיידלעך וועלכע לערנען אין א חרדי’שע מיידל שולע אין געגנט, איז געפונען געווארן הענגענדיג אויף א בוים מיט א מעסער אריינגעשטאכן אינעם קאפ, אין הארץ פונעם אידישן געגנט אין לעיקוואד.

לויט א באריכט אין לעיקוואד סקאפ איז די ליאלקע געפינען געווארן ממש אינדערויסן פון די אידישע מיידל שולע אין געגנט, און די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט עס אהינגעשטעלט, און וואס זיינע מאטיוון זענען.

די פאסירונג קומט פאר אין די צייט וואס די אידישער וועלט – און די גאנצע וועלט – איז אויפגעטרייסלט פון די שוידערליכע שחיטה וועלכע איז פארגעקומען פארלאפענעם שבת קודש אינעם עץ חיים צענטער אין פיטסבורג פענסלעוועניע, וואו עס זענען אומבגעברענגט געווארן 11 אידישע קדושים, דורך אן אנטיסעמיט וואס האט געשריגן אז אלע אידן דארפן אומגעברענגט ווערן רח”ל.

אין א ספעציעלער בריוו האט די אידישע געמיינדע אין לעיקוואד אויסגעדרוקט זייער ווייטאג איבערן טראגעדיע, שרייבנדיג אז זיי טוען שיקן זייערע טרייסט וואונטשן און טרויערן מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע. באזונדער האט מען היינט אפגעראכטן ספעציעלע תפלות לע”נ די אומגעקומענע אין לעיקוואד, באלד נאך קריאת התורה ביי שחרית.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.