א מאן אין איסטאנבול טערקיי שטייט אויס אן ארעסט נאכדעם וואס ער האט געהאט א משוגעת צו רופן הונדערטער מאל א טאג צו די פאליציי, לויט א באריכט אינעם טערקישן ‘דעילי סוואח’ צייטונג.
לויטן באריכט האט די עלעקטעריק און קאמיוניקאציע אפטיילונג פון די פאליציי אין איסטאנבול געעפנט אן אויספארשונג, נאכדעם וואס עס איז אריינגעגעבן קלאגעס קעגן דערף 55 יעריגער שעריף דזשאן, וואס האט נישט אויפגעהערט צו רופן די פאליציי עמערדזשענסי נומער, און פארדרייען א קאפ.
ווי די רעפארט פון די פאליציי דערציילט, האט דזשאן גערופן אזויפיל ווי 45,210 מאל אין די לעצטע יאר, וואס דאס איז איבער 100 הילפס רופן פער טאג!
אין א סטעיטמענט וואס דזשאן האט איבערגעגעבן פאר די פאליציי, האט ער זיך אנטשולדיגט פאר זיינע שריט, און אויסגעדרוקט חרטה. ער האט געגעבן צו פארשטיין אז ער האט בלויז גערופן “כדי צו האבן מיט וועמען אויסצוטוישן א ווארט”.
“שוין צוויי יאר וואס איך לעב איזאלירט” שרייבט ער. “איך האב אנגעהויבן צו זויפן אלקאהאל א גאנצן צייט, איך בין געווען איינער אליינס, עלנד און אליינס, וואס האט מיר געברענגט צו א טיפער דעפרעסיע. איך האב נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, האב איך גערופן די פאליציי. איך אנטשולדיג מיר אויף מיינע רופן, און מער וועט דאס נישט פאסירן”.
די געריכט אין איסטאנבול וועט געבן אן אורטייל צו דער מאן וועט ארעסטירט ווערן אויף די קלאגע פון “פארדרייען די דינסט פון די פובליק זיכערהייט”, וואס האט געברענגט אז מענטשן מיט ערנסטע עמערדזשענסי פעלער זאלן דארפן ווארטן ביז ווען ער ענדיגט זיינע פלוידערייען.
אויב וועט ער ארויסקומען שולדיג אין געריכט, ווארט אים אפ פינף יאר טורמע.