שווימער אינעם האפן פונעם אינזל מארגינטאן אין מעלבוירן אויסטראליע זענען שאקירט געווארן צו זען וויאזוי א קענגערו שפרינגט ארום ביים בארטן, און נאכמער האבן זיי זיך געוואונדערט צו זען ווי ער לויפט אריין אין וואסער.
באלד האבן עטליכע אנוועזנדע ארויסגענומען זייערע סעלפאונס צו כאפן א גוטער בילד אדער קליפ וויאזוי ער שווימט ארום, אבער נאכן זען ווי ער ראנגלט זיך מיט די כוואליעס, האבן זיי אראפגעלייגט די טעלעפאנען, און אים געגאנגען ראטעווען.
“איך האב אים געזען שווימען און באלד אנגעהויבן אים צו פאטאגריפירן” פארציילט אן אנוועזנדער, “און פלוצים האט ער זיך אנגעהויבן צו דערטרענקען אין די וואלן. האבן מיר אים ארויסגעשלעפט, און די געווארט אז די פאליציי זאל אנקומען.
די פאליציי וואס איז אלארמירט געווארן איז באלד געקומען אויפן ארט, אבער דער אויסגעמוטשעטער און ערשעפטער קענגערו האט זיך דערשראקן פון די טומל ארום אים, און איז באלד אריינגעשפרינגען נאכאמאל אין וואסער פון גרויס שרעק…
אבער דאס צווייטע מאל האט שוין גענומען ווייניגער ווי א מינוט ביז ער האט אנגעהויבן זיך צו דערטרענקען. ווי נאר ער איז אריין אין וואסער איז ער אריינגעפאלן טיף, און פון אויבן האט מען געזען א שוים.
די פאליציאנטן זענען באלד אריינגעשפרינגען, איינער האט אים געכאפט ביים קאפ און איינער ביים וויידל, און ער איז געראטעוועט געווארן. זיי האבן אים אנגעהויבן צו אויסרייניגן די לונגען פון די פילע וואסער וואס איז אריין אינעווייניג, זיי האבן געקלאפט אויף זיין ברוסטקאסטן, ביז ווען דאס הארץ האט אים צוריק אנגעהויבן צו קלאפן.
דער קענגערו איז גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, ביז ווען א באשעפעניש עקספערט האט אם איבערגענומען. מען האט אים צוגעשטעלט אויף דערווייל אן ארט מיט גראזן און עסנווארג וואו ער זאל קענען קומען צו די כוחות, און דאן וועט ער באפרייט ווערן.