א פליגער פון ליאון עיר, וועלכע האט געפירט 188 מענטשן, און איז ארויסגעפלויגן פון דזשעקראטא, דער הויפטשטאט פון אינדעניזיע, האט געקראכט 13 מינוט נאכן זיך הייבן, אינעם ים קעגן איבער דעם דזשאווא אינזל.
פלייט JT610 איז געווען אויפן וועג צו פאנקאל פינגאנג אין די סאמטארא אינזלען אין אינדעניזיע, ווען
שפעטער אין טאג זענען געפינען געווארן אינעם ים ברוכווארג פונעם פליגער, 130 פיס טיף אין די וואסער אויף מערב זייט פון דזשאווא, אבער דערווייל ווייסט מען נישט פון קיין איבערלעבער, און עס איז אנגענומען אז אלע רייזענדע זענען אומגעקומען אינעם קראך. ארום די ברוכווארג האט מען אויך געפינען רענצלעך און פערזענליכע חפצים פון די רייזענדע.
עטליכע שעה נאכן קראך זענען געקומען רעטונג קרעפטן ארויסצושלעפן די דערטראנקענע קערפער פון וואסער.
ליאון עיר איז איינע פון די יונגסטע און גרעסטע לופטליניעס אין אינדעניזיע, און פארמאגט טעגליך צענדליגע לאקאלע און אינטערנאציאנאלע פלייטס. די פליגער וואס האט געקראכט איז געווען ממש א נייע, קוים פיר מאנאטן וואס די פירמע באנוצט זיך דערמיט, און עס איז פראדוצירט געווארן נאך דעם יאר.
דערווייל ווייסט מען נאכנישט פונקטליך וויאזוי דער קראך האט פאסירט, און מען זוכט אפיר דעם שווארצן קעסטל וואס זאל ארויסגעבן די לעצטע מינוטן פון די רייזענדע.