וויעטנאם – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער גלייבט הונדערט פראצענטיג דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, מיט דעם וואס ער לייקנט די באשולדיגונגען אז רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן אין יאר 16′.
טראמפ האט געמאכט די דעקלעראציע נאך א קורצן באגעגעניש וואס ער האט געהאט מיט פוטין ביי א סאמיט אין וויעטנאם, וואו ביידע האבן אנטיילגענומען. טראמפ און פוטין האבן דיסקוסירט די וואלן אישו, און האבן אויך איינגעשטימט צו ארבעטן אינאיינעם איבער דער בירגער קריג אין סיריע.
דער צוזאמטרעף צווישן פוטין און טראמפ, איז געווען דאס צווייטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט, נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן אין יולי ביי א סאמיט אין האמבורג, דייטשלאנד, וואס יענער צוזאמטרעף איז יא געווען א לענגערע אפיציעלע זיצונג.
טראמפ זאגט אז ער גלייבט פוטין, ענדערש ווי די געוועזענע איינגעשטעלטע אין די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן, וועלכע האבן קלאר געזאגט אז רוסלאנד האט יא געטאן שריט צו באאיינפלוסן די וואלן. טראמפ זאגט אז די אלע געוועזענע באאמטע זענען סתם פאליטישע שישקעס.
אין רעאקציע צו טראמפ’ס דעקלעראציע אז ער גלייבט פוטין, האט טראמפ’ס אייגענער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, דערקלערנדיג אז די סי-איי-עי האלט זיך ווייטער צו אירע ביז-יעצטיגע סטעיטמענטס, אז רוסלאנד האט יא פרובירט צו שטערן די 16′ וואלן.
גענומען פון דער איד טעגליך מיט ערלויבעניש.