א פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן אין בארא פארק, נאכדעם וואס מען איז אים חושד אין לקח’נען מעדעצינען פון אפטייקן אין די היימישע געגנטער.
דער אפריקאנער-אמעריקאנער פארשוין האט נעכטן באזוכט ביי כאטש פיר אפטייקן אויף די דרייצנטער עוועניו, דער אידישער מארק פון בארא פארק, און אפגעליידיגט די פאליצעס פון צענדליגער מעדעצינען און פלעשלעך.
אייינע פון זיינע גניבות איז געווארן אפגעכאפט דורך א זיכערהייט קאמערע וויאזוי ער אנטלויפט פון אן אפטייק נאכן אפטוהן א גניבה שטיקל.
די שומרים וואלונטירן האבן געלאקערט איבער אים, און אים געטראפן עטליכע גאסן אראפציהר זיך דערווייטערן מיט זיין קאר. זיי האבן אים אראפגעהאלטן ביז די פאליציי איז אנגעקומען.
נאך א קורצער אונטערזיכונג אינעם קאר, איז געפינען געווארן זעק מיט מעדעצינישע פלעשער און קאפסולן, און דער פארשוין איז געפירט געווארן אונטער ארעסט.