דער פרישער פרעזידענט-ערוויילטער פון בראזיל זשאאיר באלסאנארא, וואס האט געהאט אסאך ענליכקייטן אין פרעזידענט טראמפ אלס קאנדידאט, האט אצינד נאכן געווינען ווייזט אויס נאכצוגיין אין טראמפ’ס פיסטריט…
דער בראזיליאנער טראמפ איז א קאנסארוואטיווער, און א שטארקער שטיצער פאר מדינת ישראל. ער האט געמאלדן אז ער האט אין פלאן צו אריבערציען די איזראעלי אמבעסאדע צו בראזיל פון תל אביב קיין ירושלים, אזויווי ער האט פארשפראכן ביי זיין קאמפיין.
באלסאנארא זאגט אין אן אינטערוויו אז ער וועט זיין זייער פריינטליך צו מדינת ישראל, און אז דאס לאנד האט באשלאסן אז ירושלים איז איר הויפטשטאט, דאן וועט מען אהין ציען די אמבעסאדע. ער האט אויך צוגעלייגט אז אין די יו. ען. באקומט מדינת ישראל א פרישע פריינט ביי די וואלן, וואס הייסט בראזיל.