פלארידע – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געלאזט הערן, אז זיי וועלן אונטערנעמען אפענסיווע שריט קעגן די רעזשימען אין די לענדער ווענעזועלע, קובא און ניקאראגוא, אהערשטעלנדיג אומאפיציעל א נייע “אקסיס פון שלעכטס”, אויפן שטייגער ווי פרעזידענט בוש האט דערקלערט צפון קארעא, איראן און איראק מיט דעם צונאמען אין די מאנאטן נאך סעפטעמבער עלעווען.
די דעקלעראציע פון שריט קעגן די דריי דערמאנטע לאטיין-אמעריקאנער לענדער, איז געקומען אין א רעדע וואס טראמפ’ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט געגעבן נעכטן אין מיאמי, וואו ער האט דערקלערט די דריי לענדער אלס א “טרויקא פון טיראניע” (טרויקא אין רוסיש מיינט 3), אנצייגנדיג אויף דיקטאטורישע אויפפירונגען פון די ארטיגע רעזשימען.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט שוין געשטעלט מיט עטליכע טעג צוריק, סאנקציעס אויף ווענעזועלע און קובא, און באלטאן האט געזאגט אז אין די קומענדיגע וואכן וועלן נאכקומען סאנקציעס קעגן ניקאראגוא. אין די זעלבע צייט האט באלטאן אויסגעלויבט די רעגירונגען אין קאלאמביע און די ניי-ערוויילטע רעכטע רעגירונג אין בראזיל, ביידע אויך לאטיין-אמעריקאנער לענדער.