אן ערנסטער געשלעג צווישן א באס דרייווער און א פאסאזשיר, האט געברענגט דערצו אז דער באס זאל פארלירן קאנטראל, זיך אריינגליטשן אין טייך, און דערטרענקען די באס אינעם לענגסטן טייך פון אזיע, פון וואס 13 מענטשן זענען אומגעקומען, און נאך 3 זענען דערווייל פארלוירן.
א גאר דראמאטישער ווידעא וואס איז פארעפנטליכט געווארן היינט צופרי אין כינע ווייזט, ווי דער באס פארט אויף א בריק אין טשאנטשינג, א געגנט אין דרום מערב פון כינע, נעבן דעם יאגנאטשא טייך, ווען א פרוי האט פארפאסט איר סטאפ, און פארלאנגט פונעם דרייווער זאל זיך זאפארט אפשטעלן פאר איר.
דער דרייווער האט נישט געהאלטן דערביי, און דאן איז דאס פרוי ווילד געווארן, און אנגעהויבן צו שלאגן דעם דרייווער אין קאפ מיט איר סעלפאון.
דער דרייווער האט איר אנגעהויבן אפצושלאגן פון זיך, און די פרוי האט פרובירט צו פארכאפן דעם רעדל און פארקירווען דעם באס אין א זייט. דורכאויס דעם געפעכט האט דער באס פארלוירן קאנטראל, און אריינגעקראכט אין א קעגן קומענדע קאר.
פון דארט האט זיך דער באס ווייטער געיאגט אריין אינעם צוים, און דאן האט זיך עס אריינגעגליטשט אין די שטורעמישע וואסערן פונעם טייך.