דראמאטישע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם מערת המכפלה, איבער וואס מיר לערנען דעם וואך אין די פרשה
דער פאשא (גובערנאטאר) פון איסטאנבול איז געקומען אויף א באזוך אין חברון, ארומפארנדיג צו באאבאכטן דאס לאנד וואס האט דאן באלאנגט אונטער זיין הערשאפט. ווי באקאנט איז דער מוסלעמענער רוה טאג פרייטאג, איז ער יענער פרייטאג – וויילנדיג אין חברון – געגאנגען פלעפלען אינעם מעטשעט וואס שטייט העכערן מערת המכפלה.
פון גרויס נייגער האט ער געעפנט דעם דעקל וואס פירט אראפ צום טיפענישן פונעם מערה, און… זיין מאסיווער טייערער בליטשקעדיגער אויסגעבלאנקטער שווערד, האט זיך א גליטש געטון, גראד אריין צום מערה–
מיר דארפן פארשטיין, א שווערד פון א הערשער איז א גאנצער אפגאט: עס צייגט מאכט, און רייכטום ביינאזאם. און אז דער גרויסער טערקישער פאשא פון טערקיי איז שווערדלאז, אך און וויי איז דאס… כל שכן אזא שווערד ווי ער האט פארמאגט, עס איז געווען א שטיק ריין גאלד, באצירט מיט די שענסטע דיאמאנטן און בריליאנטן וואס די מארקעט טראגט מיט זיך, און דא – אזא בראך!
האט דער פאשא א בייזער באפוילן פאר זיינע באדינער, מ’זאל זיך אראפלאזן מיט שטריק צו מערה, און אפירברענגען דעם שווערד. א באדינער איז צוגעבינדן געווארן מיט א לעכט אין די הענט, און מ’האט אפגעשמועסט אז ווען ער טרעפט עס זאל ער הייבן זיין שטימע, און מ’וועט דאן הייבן דעם שטריק און אים ארויסנעמען פון דארט. אומר ועושה, ער איז אראפ, דער עולם שטייט אויבן געשפאנט, אבער…
א שטילקייט. אין קול ואין עונה. גארנישט.
מ’שלעפט ארויף דעם שטריק, און עס באווייזט זיך א בלאסע אייז – קאלטער קערפער, שוין נישט קיין לעבעדיגער. עס כאפט א ציטער פאר די ארומיגע פון די שוידערליכע אנטדעקונג, אבער דער פאשא וויל נישט הערן פון קיינע מעשיות, ער שיקט אראפ א צווייטן משרת. עס נעמט נישט קיין סאך צייט צו געוואויר ווערן, אז עס איז בכלל נישט קיין וויץ, אויך דער צוווייטער איז ארויפגעשלעפט געווארן א נישט מער בין החיימ’דיגער.
“וואס טוט מען דא? איך קען דאך נישט אויס’הרג’נען מיין גאנצע סוויטע, אבער איך קען אויך נישט פארלאזן חברון אן מיין שווערד”! האט זיך דער פאשא ממש געווארפן פון כעס און געדונערט מיט זיין באסאווע שטימע. און דאן איז געקומען זיין לעזונג: די אידן!
ער האט ארויסגעשיקט א רייטער צו די אידישע געמיינדע, וואו ער האט זיי אפן און קלאר אנגעדייטעט, אז ער דארף דעם שווערד רויט אדער טויט. אינטערעסירט אים נישט גארנישט, אהער מיטן שווערד! א גרויס פחד איז געפאלן אין די אידיש’ע חברונ’ער געמיינדע, מען האט געווארפן גורל ווער עס וועט זיין דער שליח ארויסצוברענגען דעם חרב חדה פונעם בייזן פאשא, און דער געווינער איז געווען דער גרויסער צדיק בעל “חסד לאברהם” זי”ע.
ער איז געגאנגען זיך טובל’ען אין מקוה, זיך אנגעטון די תכריכים, און געמאלדן פארן פאשא’ס סוויטע אז באלד ביים עלות וועט ער זיין גרייט צו די מיסיע. א גאנצע נאכט האט ער גע’דרש’נט מיט דברי קבלה איבער אברהם אבינו, און ווען דער זון האט אנגעהויבן צו ווארפן זיינע ערשטע שטראלן, האט זיך דער צדיק ארויסגעלאזט צום מערת המכפלה, ווען דער ביהמ”ד אין חברון איז געפאקט קעפ אויף קעפ, פול מיט מענטשן וואס רייסן איין אז דער צדיק זאל ניצול ווערן.
ער קומט אהן צום מערה – וואו עס זענען שוין געשטאנען צענדליגע ישמעאים מיט אויסגעשארפטע ציינער – דער צדיק ווערט געבינדן, און אראפגעלאזט אונטן. נאך א סעקונדע הערט מען ארויס א געשריי: “שמע ישראל!!! ווער זענט איר???”
די תשובה הערט מען צוריק ארויס: “האב נישט קיין מורא, איך בין אליעזר עבד אברהם. פארוואס ביסטו אהערגעקומען דא שטערן די רוה פון די הייליגע אבות?!”… דער צדיק האט אים דערציילט ציטערדיגערהייט די סיבה פארוואס ער האט אריינגעבלאנדזשעט אין די מערה, און אליעזר עבד אברהם האט רעאגירט: “אויב אזוי, וועל איך בעטן רשות פון אברהם יצחק ויעקב, אויב זיי לאזן דיר אריינקומען אין די מערה!”
נאך א שטיק צייט פון אנגעצויגנקייט, האט אים אליעזר פארבעטן אריינצוקומען. זעענדיג די הייליגע לעכטיגע צורות פון די אבות הקדושים, האט ער אויפן פלאץ גע’חלש’ט. די אבות האבן אים דערמונטערט מיט א שטיקל בשמים וואס זיי האבן אים געגעבן צו שמעקן, און ער האט זיך אויפגעוועקט, זיך טרעפנדיג ביים פתח הגן עדן. ער האט זיי דערציילט פארוואס ער איז דא, און געבעטן אז ער וויל שוין בלייבן דארט אין גן עדן, צווישן די הייליגע אבות וואס זענען נהנה מזיו השכינה.
דער ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען: אצינד דארפסטו ארויפגיין מיטן שווערד און מאכן א קידוש השם, אבער מארגן קענסטו קומען צו אונז אין גן עדן!!! דאן האט ער ארויפגעשריגן אז ער האט די שווערד – וואס איז טאקע געווען דארט אראפגעווארפן אין א זייט – און מ’האט אים ארויסגעשלעפט פון דארט.
דער פאשא איז געווען העכסט – צופרידן, און לכבוד דעם גענידערט די אידישע שטייערן פארן חברונ’ער אידנטום. ווען דער חסד לאברהם איז אהיים, האט ער צוזאמגערופן די אידן אין ביהמ”ד און זיי דערציילט וואס ער האט מיטגעלעבט, און דערנאך האט ער זיך געגרייט צום יום המיתה.
צומארג’נס איז פארגעקומען די גרויסער לויה פונעם צדיק וטהור בעל חסד לאברהם.
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל!