אריינפיר: כלל ישראל איז געווארן ארומגענומען מיט קלעם, הערנדיג די שווערע נייעס, אז א זעקס יעריג מיידל פראדל מעזעי ע”ה, איז טראגיש אומגעקומען, ווען זי איז – נאכדעם וואס מען האט איר אראפגעלייגט, – צוריקגעלאפן צו די באס, און דער דרייווער האט איר ליידער נישט געקענט באמערקן.

מיר אין “אידישער ווינקל” האבן נישט געשריבן דערוועגן צוליב די סענסיטיווקייט וואס די טראגעדיע ברענגט מיט זיך מיט, און געוואלט מאכן זיכער אז די פאמיליע מיטגלידער זאלן דערפון ווערן אינפארמירט אויף א פראפעסיאנאלער אופן, כאטש וואס אסאך האבן אריינגעשיקט פרעגן פארוואס מיר שרייבן נישט איבער די נייעס.

משפחת מעזעי ביים זיצן שבעה נאך זייער טאכטער/שוועסטער פראדל ע”ה

אצינד נאך שבת, ווען מען האט שוין אפגעראכטן די לויה און די פאמיליע האט זיך געזעצט שבעה, כאפן מיר א שמועס מיט האברך החשוב ר’ יודי מעזעי הי”ו, א ברודער פון די קליינע פראדל, איבער די בלום וואס איז פארשניטן געווארן אזוי פריצייטיג, אויף אזא ביטערע אופן. יודי טיילט מיט זכרונות און געפילן, שטייענדיג הארט נאך א שווערע שבת.

מיר פרעגן יודי.
קענסט דערציילן איבער ענקער פאמיליע?

יודי: מיין פאטער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און האט ארויסגעמופט קיין מאנסי אין כתה ח’, זיין פאטער ר’ גבריאל משה מעזעי (בן ר’ יונתן בנימין וואס איז אן איידעם ביי הר”ר מאיר וועבערמאן זצ”ל דער רב פון די “מלאכים” קהילה) מיין מאמע שטאמט פון קרית יואל זיי האבן דא אלעמאל געוואוינט.

מיין מאמע’ס טאטע ר’ אברהם משה אייגנער (בן ר’ ישעי, אן איידעם ביי ר’ זאב יהודא פארקאש, נאך וועמען איך הייס) איז פון ארץ ישראל זיי האבן זיך אהערגעצויגן צוליב די סאטמארער שיטה, זייענדיג סאטמארע חסידים.

אידישער ווינקל:  דערצייל איבער דיין שוועסטער’ס געבורט?

יודי: מיין טאטע האט געהאט פיר קינדער, און מיר האבן אדאפטירט א אינגל מיט ספעציעלע געברויכן (דאון סינדראם) 10 מאנאטן שפעטער, איז זי געבוירן געווארן, עס איז דא ארום צען יאר אפשייד פון מיין ברודער, ביז ווען זי איז געבוירן געווארן.

זי איז קע”ה געווען א לעכטיג געזונט קינד, און עס איז געווען א שמחה אין די פאמיליע.

איר קידוש איז פארגעקומען אין די היכל הכוללים אין קרית יואל. מיין פאטער האט דאן געהאט די אלע רעכטן צו מאכן א גרויסן קידוש נאכן ווארטן 10 יאר, אבער האט באשלאסן אז ער וויל ליבערשט באקומען ברכות פון מער מענטשן (די היכל הכוללים אין קרית יואל איז די זאל פאר קידושים, און פארמאגט יעדן שבת עטליכע קידושים, אויטאמאטיש קומען דארט אריין פיל מענטשן אפגעבן מזל טוב, צווישן זיי געסט און אנדערע גוטע אידן וועמען מען קען נישט אפילו, עס שטייען ליניעס צו אפגעבן וואונטשן, און עס איז א גוטע געפיל.

אידישער ווינקל: וואספארא כאראקטער איז זי געווען?

יודי: זי איז געווען א קליינע זעקס יעריג מיידל, און האט פארמאגט גאר גוטע אויפפירונג, זי פלעגט שפילן מיט איר אדאפטירטער ברודער, און וויבאלד די קינדער מיט דאון סינדרום זענען אסאך מאל שווער און קאמפליצירט, זייענדיג נישט דיסציפלינירט, איז עס געווען שווער פאר איר, אבער זי האט זיך קיינמאל נישט אפגערעדט, און אלעמאל מוותר געווען פאר אים, זי פלעגט דאס אלעמאל ארויפברענגען, אז עס איז וויכטיג צו “שעירן.”

אידישער ווינקל: עפעס זיס וואס זי פלעגט טון?

יודי: מיין מאמע נייעט פאר פרנסה, און זי פלעגט לעבן מיט דעם, זי פלעגט אלעמאל גיין צו די נייעם צימער, קענענדיג קוקן שעות ווי מיין מאמע נייעט, זי פלעגט אלעמאל זיין פארנומען זאגן אז ווען זי וועט גרויס ווערן, וועט זי אויך נייען…

אידישער ווינקל: וועלכע קלאס איז זי געווען?

יודי: זי איז ביז יעצט געגאנגען אין די ערשטע קלאס.

פראדל ביי א שמחה מיט איר אדאפטירטער ברודער משה ישעי

אידישער ווינקל: וואס זענען דיינע לעצטע זכרונות פון דיין שוועסטער?

יודי: איך בין געווען ביי מיין מאמע, און זי האט זיך געשפילט מיט מיין בעבי פאר לאנגע שעות, זי פלעגט ליבהאבן צו שפילן מיט די בעביס.

אידישער ווינקל: ווען האבן דיינע עלטערן געזען דאס לעצטע מאל פראדל ע”ה?

דאנערשטאג ביים אפטראגן צו די בעביסיטער, זיי האבן גאר גוטע זכרונות, בעפארן פארן צו די שבע ברכות, ווען מען האט זיך הערליך געזעגנט, ארומגעהאלזד, און געקישט, מען האט איר געפרעגט אויב זי גייט זיין וואויל, האט זי געענטפערט יא, דאן שטייענדיג ביים טיר איז זי צוריקגעקומען צו לויפן, צו זאגן ביי-ביי נאכאמאל, און זיך נאכאמאל געזעגנט, דאס האט זיך אפגעשפילט א דריטע מאל, זי איז געקומען זיך געזעגענען, ארומגעהאלזד, און דאס וועלן בלייבן די אייביגע און ליידער לעצטע זכרונות.

אידישער ווינקל: ווען ביסטו געוואויר געווארן פון די טראגעדיע?

יודי: איך האב געהאלטן אינמיטן ארבעטן, און איך האב אנגעהויבן מיטהאלטן ווי עס פליען צענדליגע הצלה מעמבערס, די סירענעס האבן זיך געהערט גאר ווייט.

איך האב דאן געזען מעסעדזשעס איבער א עקסידענט, איינער האט געשריבן אז עס אויף לעמבערג, און אז עס איז א קינד.

פראדל ע”ה ביי א שמחה

דאן האב איך געזען פון איינע פון די גרעסערע אידישע נייעס מעסעדזשעס אויף טוויטער, אז עס איז ברוך דיין האמת.

די יונגע בלומעלע וואס איז פארשניטן געווארן אין די עקסידענט פרייטאג פרשת חיי שרה תשע”ח

מיין מאמע רופט מיר 10 מינוט שפעטער מיט איין בהלה, אז מיין שוועסטער איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט, און אז איך זאל פרובירן געוואויר ווערן וואס עס גייט פאר, כ’האב דאן צוזאמגעשטעלט אלעס, אבער איך האב נישט געוואלט זיין דער וואס ברעכט די ביטערע נייעס, איז איך האב אראפגעלייגט.

צען מינוט שפעטער האב איך איר צוריקגערופן, און זי האט מיר געזאגט אז עס איז ברוך דיין האמת, מען האט גערופן די זיידעס דערציילן און טרערן האבן געגאסן.

אידישער ווינקל: וויאזוי שטארקט מען זיך?

יודי: זייער אינטערסאנט, מיין טאטע דערציילט אז דאנערשטאג אויפן וועג אריין צו די שטאט, האט ער אנגעצינדן אין קאר די סידי פון הר”ר עזריאל טויבער שליט”א, וואס האט אפגעהאלטן א סעודת הודאה אז ער איז באפרייט געווארן פון די ביטערע מחלה, ער זאגט דארט אז אין די לעצטע מאנאט, ביים ווארטן פאר די רעזולטאטן איז ער בכלל נישט געווען אנגעצויגן, חזר’נדיג אז וואס דער אויבערשטער טוט איז גוט, צו ער וועט זיין אויסגעהיילט, צו ער וועט ליידער זיין נישט געזונט, און אפילו אויב חס ושלום ער וועט זיך געזעגענען, וואס דער באשעפער טוט איז גוט, מען זאל דאס אינאכט נעמען און איינקריצן אין די ביינער אז די ערגסטע טראגעדיעס קומען פונעם אויבערשטן. אזוי האט ער ארומגערעדט פון שווערע צייטן און וויאזוי מען זאל זיך שטארקן.

פרייטאג, זייענדיג אין שטאט, האט מיין טאטע באקומען מעסעדזשעס איבער אן עקסידענט און אז עס איז ליידער דערנאך, און אויך האט מען אים גערופן איבער אן עקסידענט מיט זיין טאכטער, און אז ער זאל שנעל אהיימפארן אבער ער האט נישט געוואלט צוזאמשטעלן, אז דאס איז די עקסידענט צו וואס ער פארט יעצט אהיים, אז מען האלט שוין נאך אלעם, ער האט פרובירט זיין פאזיטיוו.

די יונגע בלומעלע וואס איז פארשניטן געווארן אין די עקסידענט פרייטאג פרשת חיי שרה תשע”ח

אויפן וועג אהיים פארנדיג אין אן אמבולאנס, האט מיין טאטע דערמאנט מיין מאמע איבער די דרשה וואס זיי האבן געהערט א נאכט בעפאר, דאס איבערגייענדיג נאכאמאל, און זיי האבן זיך גאר שטארק געשטארקט.

ער האט עס מיר דערציילט און עס האט מיר אויך אריינגעגעבן חיזוק און טרייסט.

אידישער ווינקל: ווער האט געבראכן די נייעס פאר דיינע עלטערן?

יודי: מיין טאטע האט באקומען א רוף פון משה לייב וויטריאל הי”ו, ער האט דערציילט מיין טאטע אז מיין שוועסטער איז פארמישט אין אן עקסידענט, און אז די מצב איז שמאל, ער זאל שוין קומען קיין קרית יואל, ער זאל צו קיינעם רעדן און גארנישט טון נאר קומען!

זיי האבן זיך אריינגעזעצט אין אן אמבולאנס פון חברה הצלה ד’וויליאמסבורג, און געפלויגן.

אידישער ווינקל: וויאזוי האט דער אדאפטירטער ברודער אשר ישעי אויפגענומען די נייעס?

יודי: אנהויב ער געזאגט אז זי איז אין שולע, שפעטער האט ער אנגעהויבן כאפן, און ווען מען האט אים געפרעגט וואו זיין שוועסטער איז, האט ער געענטפערט אז זי איז אין הימל, מיט א פרינצעס קליידל און א קרוין…

יודי: מיין טאטע זאגט אז ס’איז קלאר אז מיין שוועסטער איז אראפגעקומען ארויסהעלפן האדעווען אונזער אדאפטירטער ברודער, און אים העלפן אויפוואקסן.

זיי האבן אנגעהויבן גיין אינאיינעם, רעדן אינאיינעם, און ווען עס איז דא צוויי געשוויסטער איז דאס ווי א קאנקורענץ, מען מוז נאכטון דעם אנדערן, אזוי האט מיין שוועסטער געדינט אלס ספעציעלער שליח פון הימל ארויסצוהעלפן אונזער ספעציעלער נשמה.

פראדל אין איר פארשטעלאכץ פארגאנגענע פורים תשע”ז

אידישער ווינקל: וויאזוי איז צוגעגאנגען די לויה?

 יודי: די נפטרת איז באפרייט געווארן ארום 3 אזייגער, און די לויה איז פארגעקומען זייער שנעל, אינמיטן האט שוין געקלינגען די ערשטע בעל פאר שבת, עס זענען נישט געווען קיין הספדים, און מיר האבן זיך אהיימגעקערט פארקלעמט, אבער פרובירט צו טרייסטן מיטן שבת גאסט וואס האט דאן אויסגעשפרייט זיינע פליגלען.

אידישער ווינקל: ווען ביסטו געווען דאס מערסטע עמאציאנאל?

יודי: ווען מיין מאמע איז אהיימגעקומען/נאכן זאגן די ברכה, און זיך ארויפגעלייגט אויפן ארון.


אידישער ווינקל: טוט שיקן די ווארימסטע טרייסט וואונטשן, סימפאטיע, און מיטגעפיל צו די גאנצע פאמיליע, מען זאל זיך גרינג קענען טרייסטן, און נישט וויסן מער פון קיין צער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.