איראן. – א מאכטפולער ערדציטערניש האט פאסירט ביי די גרעניץ צווישן איראן און איראק.
די ערדציטערניש האט פאסירט בערך 19 מייל אינדרויסן פון מזרח פון די שטאט האלבאזשא אין איראן.
די ערדציטערניש האט דערגרייכט ביז 15 מייל טיף, און האט זיך געשפירט אין שטעטלעך ארום ווי באגדאד, און טערקיי, פאר מער ווי 20 סקונדעס.
די ערדציטערניש האט אראפגעברענגט גרויסע געביידעס און אויסגעשאסן פענסטערס, איינוואוינער וואס זענען געווען אויפן סצענע האבן אנגעהויבן לויפן אין אלע ריכטונגען צו זוכן פאר שוץ.
ארום 343 זענען אומגעקומען, און ארום 300 זענען פארוואונדעט געווארן, פון דער ערדציטערניש וואס האט באטראפן מערסטנס איראן.
“מיר האפן אז די צאל אומגעקומענע זאלן נישט שטייגן אבער עס וועט שטייגן, האבן זיך אויסגעדרוקט די רעטונגס אגענטורן וואס זענען געווען אנוועזענד אויפן סצענע”
מער פון 60 פון די אומגעקומענע זענען געווען פון א טאון אין איראן, וואס איז 10 מייל אפגערוקט פון די גרעניץ מיט איראק.
רעטונגס אגענטורן האבן געזאגט אין א סטעימענט צו די פרעסע, אז עס איז געווען שווער צו שיקן אזויפיל הילף ווי מענטשן, אמבאלאנסן, וכדומה אויפן סצענע, וויבאלד די שאסייען זענען געווען אפגעשפארט אין רעזולטאַט פון די ערדציטערניש.
4 זענען אומגעקומען און 200 זענען פארוואונדעט געווארן אין סולייַמאַנאַה פּראָווינץ און כאַנאַקין שטאָט אין איראק.