אידישע נייעס

עקסלוסיווע בילדער און ווידעא! – מאנטרעאל צייגט הכרת הטוב פאר לאנגיעריגע אידן פריינט טאמעס מולקעיר

געוועזענער פארלאמענט מיטגליד האט פארטרעטן דעם אידישן געמיינדע אין אטאווא פאר לאנגע יארן – באריכט בילדער און ווידעא זענען אויסשליסלעך צו אידישער ווינקל, איר האט און וועט דאס נישט אין ערגעץ!

איינס פון די שענסטע מאמענטן ביים בוני עולם דינער וועלכע איז פארגעקומען במעמד טויזענטער תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, איז געווען ווען די שטאטישע עסקנים און קהילה פירער האבן געהאט די געלעגנהייט אפצוגעבן אנערקענונג פאר איינער פון די גאר רעספעקטירטער פערזענליכקייטן אין די קאנאדישע פאליטיק דער געערטער טאמעס מולקעיר וועלכע האט געדינט אלס די אוטרעמאנט ‘פארלאמענט מיטגליד’ פארטרעטנדיג די מאנטרעאלע אידנטום, קעמפנדיג פאר די וואוילזיין פון תושבי מאנטרעאל מיט א געוואלדיגע אהבת ישראל וואס מען זעט נישט געווענליך אין דעם פראנצויזישן געגנט פול מיט אנטיסעמיטיזם.

מולקעיר האט ארויסגעוויזן געוואלדיגע געטריישאפט פאר די אידישע געמיינדע צו יעדע צייט, ער איז געלאפן אלס פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע און האט פארלוירן, ווערנדיג צוגעשריבן אז איינס פון די אורזאכן פארוואס ער האט עס נישט געמאכט איז צוליב זיינע שטארקע ארויסטריטן קעגן יעדע זאך וואס האט מיט אידן אדער מיט די אנדערע עטנישע מינאריטעטן וועמען די אנטיסעמיטן ווילן צעדרוקן און ענג מאכן.

מולקעיר האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט פאר די רעכטן פון אידן און אראבער ביי די גזירה איבער טראגן קאפלעך אין רעגירונג געביידעס, קעמפנדיג מען זאל לאזן יעדן גיין וויאזוי מען וויל טון וויאזוי די רעליגיע פארלאנגט קומענדיג דערביי אונטער א האגל פון אטאקעס רעכטס און לינקס.

אין א שמועס מיט העסקן ר’ מנחם מאיר פייג הי”ו פון מאנטרעאל, דערציילט ער פאר ‘אידישער ווינקל’ וויאזוי אין לויף פון די 11 יאר וואס מולקעיר האט געדינט אלס פארלאמענט מיטגליד, האט מען ממש געהאט אפענע טירן ביי אים און ער האט געהאלפן ביי אסאך שווערע אימיגראציע פראבלעמען און קאמפליקאציעס ביי חסיד’ישע פארפעלקער, און ביי אנדערע סיטואציעס ווי ביי די געשיכטע ווען וויזניצער בית המדרש איז געווארן אנגעפירקלט מיט האקנקרייצן ווי ער איז ערשינען בעפאר מען האט אים אפילו גערופן דערציילן, צו פארדאמען די אקט.

מולקעיר שטאלצירט אלעמאל מיט זיינע גוטע באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע און טראגט א ריזן שמייכל ביים באזוכן אידישע צענטערן און בתי מדרשים, שפירנדיג א געוואלדיגע הנאה אויף זיינע נאענטע קשרים מיט דער אידישער ציבור.

דעריבער האבן די עסקנים אויסגענוצט דעם געלעגנהייט וואס מען זוכט שוין לאנג און איז אונטערגעקומען מיט די בוני עולם דינער וואו עס באטייליגן זיך טויזענטער, מיט’ן ענדליך אפירנעמען דעם מידה פון הכרת הטוב און אויסרימען מולקעיר בפני קהל עם ועדה, אויף אלע זיינע פארבינדונגען און לייסטונגען פארן ציבור.

מולקעיר האט זיך באטייליגט ביים דינער, און איז געווארן ארויפגערופן צום פלאטפארמע דורך הרבני הנגיד ר’ מעכי ראזענבערג הי”ו, וועלכע האט אים אויסגערימט און פארבעטן ארויפצוקומען אינאיינעם מיט נאך עטליכע פון זיינע געהילפן.

אויך זענען געווארן ארויפגערופן אויפן פלאטפארמע די היימישע אידישע עסקנים פון שטאט מאנטרעאל, ר’ מנחם פייג הי”ו, ר’ מנחם ליבערמאן הי”ו, ר’ שרגא שמואל מיללער הי”ו, און ר’ הערש בער הירש הי”ו, וועלכע האבן געארבעט האנט-ביי-האנט מיט מולקעיר דורכאויס די יארן.

מולקעיר האט באקומען א שיינע פלעג און מתנה, און ר’ מעכי האט פארגעליינט די הערליכע ווערטער פון דאנקבארקייט וואס די מאנטרעאלע אידן שפירן צום מיניסטער.

דאן איז די דינער טשעירמאן, פה מפיק מרגליות הר”ר אהרן אריה אייזענבערג הי”ו צוגעגאנגען צום מייקראפאון און אויסגערופן אין ענגליש אז עס קומט זיך פאר מיסטער מולקעיר א “סטענדינג-אוועיש”ן” און ספאנטאן האבן זיך הונדערטער אידן אריינגערעכנט די אויבן-אן געשטעלט אויף די פיס קלאטשנדיג און אפלאדירנדיג מיסטער מולקעיר וועלכע האט געהאט טרערן אין זיינע אויגן. ר’ מנחם מאיר פייג האט דאן גענומען די מייקראפאון און גערעדט עטליכע ווערטער אין ענגליש דערציילנדיג פאר די געפאקטער זאל פארוואס די עסקנים שעצן אזוי שטארק מיסטער מולקעיר און וואספארא נוצן מען האט שוין אלס געהאט פון אים. און מען האט דאן גענומען עטליכע בילדער אינאיינעם, דאן איז מולקעיר געווארן פארגעשטעלט צו הר”ר שלומה באכנער שליט”א גרונדער פון בוני עולם און פארלאזט דעם זאל מיט גאר א גוטן געמוט.


אידן פריינט, טאמעס מולקעיר ביי א פריערדיגע באזוך אין די מאנטרעאל מצה בעקעריי, זיך שטעלנדיג פאר א בילד מיט א אינגל וועמען ער האט געטראפן דארט.

מולקעיר מיט די היימישע מאנטרעאלע עסקנים דעם פארגאנגענעם חנוכה ביים חנוכה צערעמאניע אין קאנאדישן פארלאמענט


ער האט פארלוירן זיין פאליטישן לעבן צוליב זיינע שטארקע פרינציפן לטובת עטנישע מינאריטעטן גרופעס, און ער האט נישט קיין חרטה פאר איין סעקונדע!

מנחם פייג רעדט ביי די בוני עולם דינער.


מולקעיר באקומט א “סטענדינג-אוועיש”ן” פון טויזענטער אידישע איינוואוינער אין מאנטרעאל, באקומענדיג א מתנה פון דער באקאנטער נגיד און פילאנטראפ ר’ מעכי ראזענבערג.


מולקעיר, באקומט זיין מתנה פון די היימישע עסקנים, בשעת ווען טויזענטער אפלאדירן אים פאר זיין אהבת ישראל.

מולקעיר ביים זיך בילדערן מיט העסקן ר’ מנחם פייג, און דער גרונדער פון בוני עולם ארגענעזאציע הר”ר שלומה באכנער. די בילדער, ווידעא און באריכטן זענען אויסשליסליך צו אידישער ווינקל, איר האט און וועט דאס נישט זען ערגעץ אנדערש. ביטע טיילט מיט אונזער לינק צו אייערע פריינט: https://yiddishevinkel.com


הר”ר שלומה באכנער שליט”א, גרונדער פון בוני עולם ארגענעזאציע, נעמט אויף טאמעס מולקעיר, דער לאנגיעריגער אידן פריינט ביי די בוני עולם דינער אין שטאט.


מולקעיר טרעט אויף מיט עטליכע ווערטער, און לאזט זיך בילדערן מיט די אידישע עסקנים.


איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.