ווידעראמאל אנטיסעמיטיזם אין אוקריינא, דאסמאל אין אומאן.
די ארטיגע מוסד החינוך איז אויפגעבראכן געווארן צום צווייטן מאל, און פילע ווערדפולע חפצים זענען אויסגעליידיגט געווארן פון ארט.
נעכטן מוצאי שבת אינמיטן די נאכט, האבן זיך פארברעכער איינגעבראכן אינעם “בית ברכה” מיידל שולע, וועלכע דינט אלס דער ברסלבער שולע אין שטאט, און אראפגענומען דעם אריינגאנג טיר פון איר ארט, דאן האבן זיי אפגעטראגן מיט גאר ווערדפולע זאכן.
די ווערדפולסטע זאך וואס זיי האבן גענומען, איז געווען די טייערע ‘סטיעם’ איינריכטונג וואס איז געווען אינסטאלירט אין דעם גאנצן געביידע.
דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס אזא זאך פאסירט. געציילטע חדשים צוריק האט מען באראבעוועט דעם ארט, און טראץ וואס מען האט גערופן פאליציי, האט מען דערווייל קיינעם נישט ארעסטירט.
לויט ר’ שלמה אלישע, דער פירער פון שומרים אומאן, איז דאס 80% אן אנטיסעמיטישער אקט, און נישט בלויז א גניבה וואו מען האט געוואלט שאפן די סטיעם סיסטעם. ער זאגט אז די אנטיסעמיטיזם אין אומאן שטייגט און שטייגט, און מען האפט צו לייגן דרוק אויף די פאליציי, אז זיי זאלן אנהייבן צו צושטעלן בעסערע וואך אויף די אידישע געביידעס אין שטאט.