דער אידישער אייגענטומער פון א וואפן געשעפט אין קאלאראדא, האט פארגעשלאגן פאר רבנים זיי זאלן קומען אפנעמען האלב-אויטאמאטישע ביקסן אימזיסט, אין ליכט פון די שרעקליכע שיסעריי אינעם עץ חיים צענטער אין פיטסבורג, פארלאפענעם וואך.
מעל בערנשטיין האט אין אן אינטערוויו צו די ABC נייעס אגענטור געמאלדן אז ער איז גרייט צו פארטיילן ביקסן פאר רבנים.
“לאמיר זאגן אז עס פאסירט א פייער אין דיין שוהל, וואס כאפסטו אין די הענט? א פייער עקסטינגווישער” זאגט בערנשטיין. “אקעי, לאמיר זאגן אז איינער קומט אריין אין שוהל און הייבט אן צו שיסן אין יעדעם איינעם, וואס זוכסטו צו כאפן אין דיין הענט? דו כאפסט די AR-15, אדער א רייפל, א ביקס”.
“דורכאויס די שיסעריי שבת זענען מענטשן געזעסן אין א שוהל און געשאסן געווארן, קיינער האט נישט אפגעשטעלט דעם שיסער. דו דארפסט האבן געווער צו ענטפערן מיט א קריג, און איך בין מנדב די וואפן פאר די רבנים”.
ווי די וועסטערן זשורנאל זאגט, וועט יעדער רב וואס וויל באקומען א ביקס אומסיזט, דארפן אריבערגיין א מעדעצינישער אונטערזיכונג אז ער איז אין ארדעונוג, און דאן ערהאלטן א 650 דאלערדיגער שיסער.
די רעאקציע פון רבנים און אידישע ווארטזאגער איז געווען פארשידנארטיג. געוויסע האבן גע’טענה’ט אז עס פאסט נישט אז א רב פון א בית המדרש זאל זיך דרייען מיט א ביקס, אנדערע האבן נישט געהאלטן ביים קאמאנטירן פאר רעפארטער, איין ראביי האט געזאגט אז מען דארף עס דורכטון טיפער, און א פערטער האט פארגעשלאגן צו אינסטאלירן אן עמערדזשענסי קנעפל וואס זאל אלארמירן די פאליציי ווי נאר דער שוהל איז אונטער אטאקע.