די קינדער פון דעם פינסטערן צורר היהודים אדאלף אייכמאן ימח שמו וזכרו, וועלכע איז געווען פאראנטווארטליך אין די פארגאזונג פון מיליאנען קדושים אין די שרעקליכע צווייטע וועלט קריג אין ארייראפע, זענען אויפגעדעקט געווארן אין א דראמאטישע ארטיקל אין די בריטישע ‘דעילי מעיל’ צייטונג, ענדע פארלאפענע וואך.
אייכמאן ימ”ש האט פארמאגט פיר קינדער, קלאוס, הארסט, און דיטער וואס זענען אים פארבליבן געטריי אויך נאך זיין טויט, און ריקארדא – וואס האט ווידערשפעניגט אין זיין טאטן.
לויט די באריכט אינעם דעילי מעיל, זענען קלאוס און הארס געשטארבן פאר דריי יאר צוריק, און דער יונגסטער קינד ריקארדא וועלכער האט נישט געגליכן זיין פאטער’ס אומווירדיגע מעשים, און איז געווען פינף יאר ווען זיין טאטע איז געכאפט געווארן און אויסגעשטאנען א פראצעס אין מדינת ישראל, וואוינט היינט צוטאג’ס אין דייטשלאנד.
די געשיכטע ווערט דערציילט ארום דעם זוהן דיטער, וועלכער איז היינט 76 יאר אלט און וואוינט אין בונעאס איירעס אין ארגענטינע, בלויז עטליכע קילאמענטער ווייטער פון דאס ארט וואו זיין טאטע איז פארכאפט געווארן אויפן גאס, וואס פון דארט איז ער שוין געפירט געווארן צום תליה, און זיין אש איז פארשפרייט געווארן איבערן מיטללענדישן ים.
דער דעילי מעיל האט פרובירט צו כאפן א שמועס מיט דיטער, אבער ער האט נישט געהאלטן ביים עפענען דאס מויל.
א נאנטע פאמיליע מיטגלידערין האט פארציילט פארן דעילי מעיל אז נאכן טויט פון אייכמאן האבן זיינע קינדער זייער שטארק געברויזט, כאטש וואס זיי זענען געווען געגרייט דערצו, און געוויסט אז דאס גייט אין ענדע פאסירן.
די קינדער האבן געהערט פון אייכמאן עטליכע מאל אז ער האט מער נישט קיין כח צו זיין באהאלטן און פארשטעקט אין א מייזן לאך ווי אן אפגעריסענער אימיגראנט. נאכדעם וואס אייכמאן איז אומבגעברענגט געווארן, זענען קלאוס און הארסט געווען אזוי אויפגערעגט אזש זיי זענען ארויס אויפן גאס, און אנגעהויבן צו אטאקירן אידן וועלכע זענען פארביי געגאנגען. דאן האבן זיי אויך געגרינדעט א נאצישער אונטערערדישער טעראר באנדע, וואס האט אומאויפהערליך אטאקירט אידן און אידישע צילן.
ווי באקאנט, האט אייכמאן פרובירט זיך ארויסצודרייען פון גערעכטיגקייט, מיטן זיך טוישן זיין נאמען צו רעקארדא קלעמענט, און ער האט געלעבט מיט א ווייב און פיר קינדער אין א פארשטופטן הייזקע אין ארגענטינע, וואו ער האט געארבעט אין א פאבריק פון ‘מערצעדעס’ בעפאר ער איז געכאפט און באקומען זיין מיאוסן סוף. אייכמאן האט צוערשט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז זייער’ס א פעטער, אבער שפעטער האט ער זיי אנטפלעקט אז ער איז זייער טאטע.
הארסט – דער עלטסטער זוהן פון אייכמאן – איז געווען זייער נאנט מיט זיין גרויזאמער טאטע. און דיטער האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן איבער זיין טאטן, אבער לויט ווי די פאמיליע מיטגלידערן זאגט, האלט דיטער אז זיין טאטע איז אומשולדיג.
דער רשע און מערדער אייכמאן האט געזאגט פאר זיינע קינדער מיט א קאלטבלוטיגקייט, אז ער האט סך הכל געוואלט פארטרייבן די אידן פון דייטשלאנד, אבער וויבאלד קיין איין לאנד איז נישט געווען אינטערעסירט זיי אריינצונעמען, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און זיי געמוזט אויסמארדן.
אין יאר תשכ”ב האבן די ארגענטינע פאליציי אין ליכט פון א שיסעריי אויסטויש אין בונעאס איירעס, אנטדעקט אסאך נאצי פראפעגאנדע, וואפן, פלאש באמבעס און נאך, וואס די נאצי ברידער האבן אנגעגרייט צו דורכפירן דערמיט אן אטאקע אויף א אידישער חדר באס. הארסט האט באקומען דאן צוויי יאר טורמע.
דער יונגסטער זוהן ריקארדא וואס איז געווען פינף יאר ווען זיין טאטע איז געכאפט געווארן, איז אריבער וואוינען קיין דייטשלאנד וואו ער באשעפטיגט זיך מיט ארכיאלאגיע. אין די 90’ער יארן האט ער געגעבן אן אינטערוויו איבער זיין טאטן, זאגנדיג אז זיין טאטע איז געווען א מערדער און פארברעכער, און האט זיך ערליך פארדינט זיין טויט.