אנאליזן און אבזערוואציעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען פון אלץ און אלעמען

איז טאקע טראמפ אזוי שטייף קעגן איראן?

~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

געשריבן דורך: וועלוול כהנא, צו אידישער ווינקל

~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

מ’האט דיר אייביג פארקויפט אז אבאמא איז געווען ווייעך קעגן איראן און אז טראמפ איז זייער טאף קעגן זיי. אט זענען אפאר פאקטן און פונקטן פון די לעצטע פאר יאר, און וואס ס’שפילט זיך יעצט אפ:

אמת אז איראן האט געלאכט פון אבאמא, ווי שטארק ער האט געוואלט מאכן מיט זיי א דיעל? ראנג!

אבאמא האט אין 2012 בלאקירט איראן’ס צוטריט צו די “סוויפט” גלאבאלע געלט טראנספער סיסטעם.

איראן האט געשפירט זייער גוט דעם פרעשור, און האט זיך געבראכן און געזעצט צום טיש פארהאנדלען.

אין 2015 האט אבאמא געמאכט א דיעל מיט איראן, און זיי צוריקגעגעבן צוטריט צום “סוויפט” סיסטעם.

מיט אפאר חדשים צוריק האט טראמפ געמאלדן אז ער ציהט ארויס אמעריקע פונעם איראן דיעל.

ער האט געזאגט מ’וועט צוריקלייגן די מאקסימום סאנקציעס צו פארזיכערן מאקסימום פרעשור אויף איראן.

די נייע טראמפ-סאנקציעס קעגן איראן גייען אריין אין קראפט נעקסטע וואך מאנטאג, 1 טאג בעפאר די וואלן.

מסתמא זענען די סאנקציעס עפעס גאר געפערליך, ממש אז איראן גייט צוזאמפאלן פון טראמפ’ס טאפנעס.

רייט? רייט? ניין, ראנג!

די טראמפ-סאנקציעס קעגן איראן, לאזט ווייטער איראן האבן געהעריגע צוטריט צום “סוויפט” סיסטעם.

אקעי, אבער טראמפ זאגט דאך אז ער גייט נישט לאזן אנדערע לענדער קויפן אויל פון איראן.

זיכער דאס וועט ממש צודרוקן איראן עקאנאמיש, און זיי וועלן קומען צו לויפן נאכצוגעבן טראמפ’ס פארלאנגען.

רייט? רייט? ניין, ראנג!

הער וואס דזשאן באלטאן, כלומר’שט דער גרויסער אנטי-איראן פיגור, האט היינט געזאגט:

מ’גייט געבן פאר אסאך לענדער א ספעציעלע “עקזעמפשאן”, אז זיי זאלן ווייטער קענען קויפן איראן’ס אויל.

“מיר ווילן טאקע מאקסימום פרעשור אויף איראן, אבער מ’קען נישט טשעפען פריינט און אליאירטע”.

יא, דאס איז דער גרויסער אנטי-איראן “האוק” באלטאן, און טראמפ, וועלכע איז דער “טאף גיי” קעגן איראן.

דזשאסט אימעדזשן וואספארא שטורעם ס’וואלט געווען ווען די זאכן געשעט ווען אונטער אבאמא.

געדענקסט דעם שטורעם מיט די “העליקאפטערס אנגעפולט מיט באקסעס קעש”?

איי, די געלטער זענען קלאר געווען צו סעטלען א 1950’ס חוב?

הער אויף מיט פאקטן, טראמפ! טראמפ! טראמפ!

~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

אנאליז געשריבן דורך א אידישער ווינקל קארעספעדאנט, מיר נעמען נישט קיין שטעלונג איבער די מיינונג פון אונזערע שרייבער, און אויב האלט איר אנדערש און איר ווילט שרייבן לויט אייער מיינונג, קענט איר קאמענטירן דא אונטערן באריכט.

~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.