אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס לאקאל און נאציאנאל

פארמאכטע פראצעס קעגן געפארפולן מעקסיקאנער לארד על טשאפא היינט אין ניו יארק

היינט קומט פאר די געריכט פראצעס פון דער טרויעריג בארימטער מעקסיקאנער דראג לארד און מערדער, באקאנט אלס “על טשאפא גוזמאן”, וואס האט א רייע מיט 11 קלאגעס, אריינגערעכנט האנדלען מיט דראגס, פארשפרייטן דראגס אין אמעריקע, וואשן געלטער און מארד.

טראץ וואס ער שטייט אויס גאר הארבע קלאגעס, און דארף באשטראפט ווערן מיטן הארבסטן, זעט אבער נישט אויס ווי ער וועט באקומען עפעס מער ווי לעבנסלינגליכע טורמע, ער וועט נישט באקומען טויט שטראף, וויבאלד דאס איז געווען איינע פון די תנאים וואס מעקסיקא האט זיך אויסגענומען מיט אמעריקע ביים אריבערליפערן דעם פארברעכער, אז ער באקומט נישט טויט שטראף.

די געריכט פון על טשאפא שאפט גרויס אינטערעסע איבער די פאראייניגטע שטאטן, נישט בלויז ווייל ער איז געווען דער הויפט פונעם קארטעל, נאר די רעדע איז איבער איינע פון די געהיימסטע געריכטן איבערן לאנד, אין ניו יארק בפרט, און איבער אמעריקע בכלל.

לויט א באריכט אין אן ארגענטינער צייטונג, זענען די עדות גאר שטארק פארשלייערט און געהיים, און עס איז אויף א שטאפל פון “טאפ סיקרעט”, וויבאלד עדות זאגן קעגן אזא געפארפולער און מאכטפולער פארשוין ווי על טשאפא, איז א דירעקטע רייזע בילעט צו יענעם וועלט. טייל פון די עדות זענען געוועזענע קאלעגעס פון על טשאפא וועלכע זענען געכאפט געווארן און געפינען זיך אצינד אונטער גראטעס, אזוי אויך איז פארהאנען עדות וואס זענען געווען פון די קאנקורירענדע דראג באנדעס, וואס על טשאפא האט גאר ברוטאל גע’רודפ’ט און אויסגעשאכטן.

אויסערדעם וואס די נעמען און אידענטיטעט פון די עדות זענען אונטער א געוואלדיגער געהיימינס, איז אויך די ריכטער וועלכע זיצן ביים געריכט בענקל אונטער א געהיימע שיצונג, די 12 ריכטער וועלן קומען מיט באפאנצערטער אויטא’ס, און ארומגענומען מיט באוואפנטע וועכטער, כדי קיינער זאל זיי נישט קענען שעדיגן. באזונדער האט מען נישט ערלויבט פאר זשורנאליסטן צו מיטהאלטן דעם היסטארישן פראצעס.

באזונדער וועלן זיין היינט אפגעשפארט אסאך שאסייען און בריקן וועלכע טראגן פון טורמע צום געריכט, כדי קיינער זאל נישט קענען שעדיגן די פאליצייאישער מאטארקאדע, וואס פירן דעם שרעקליכן און געפארפולן פארברעכער, מערדער און מאפיאנער, צו זיין געריכט סעסיע.

די זיכערהייט וועכטער פונעם מעקסיקאנעם מאפיאנער און דראג לארד על טשאפא האבן דערציילט אז ער איז גרייט זיך צו באשיצן אין געריכט. אזוי אויך זאגן זיינע אדוואקאטן אדווארדא בלאזארא און דזשערי ליכטמאן – וואס האבן שוין אין די פארגאנגענהייט פארטרעטן מאפיאנערן אין געריכט – אז עס זענען דא גאר קליינליכע קלאגעס קעגן אים, און אויב וועט ער געפינען ווערן שולדיג א דאנק די קלאגעס, וועט דאס זיין אן אורטייל געבויט אויף די לעכערליכסטע קלאגעס צו וואס מען קען זיך נאר באציען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.