געוועזענע ערשטע פרוי מישעל אבאמא האט פראקלאמירט אז זי גייט קיינמאל נישט מוחל זיין פרעזידענט טראמפ פאר די בירטער מאוועמענט וואס ער האט אנגעפירט.
פאר די וואס ווייסן נישט, די בירטער מאוועמענט איז געווען אן אויסגעזויגענע קאנספיראציע טעאריע וואס פרעזידענט טראמפ האט אסאך געשטופט, אז געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז נישט געבוירן געווארן אויף דער אמעריקנער באדן, און דערפאר טאר ער נישט לעגאל זיין פרעזידענט.
נאך א לאנגע פארצויגענע קריגעריי האט פרעזידענט אבאמא ענדליך ארויסגעגעבן זיין געבורט שיין, וואס ווייזט אויף אז ער איז קלאר יא געבוירן געווארן אויף דער אמעריקאנער באדן.
ווען א רעפארטער האט געפרעגט טראמפ וואס ער ענטפערט דערצו, האט ער געזאגט אז מן הסתם האט זי געשריבן א נייע ביכל, און ווי די סדר איז פרובירט מען צו מאכן עפעס קאנטראווערסיאל צו ברענגען פאבליסיטי און הייבן די סעילס פון די ביכל.
דערנאך האט ער צוגעלייגט אז ער איז קיינמאל נישט מוחל אבאמא פארן נישט געבן די נויטיגע געלט פאר די מיליטער און דערפאר זענען זיי געווארן אויסגעזעקלט און געברענגט אמעריקע אין א סכנה…