די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין פארוואס א קאנטראל טורעם באאמטע וועלכע האט געארבעט אין די נאכט שיפט אין די אונטערנאציאנאלע לאס וועגאס לופטפעלד, האט כמעט געברענגט צו א ריזן אוויאציע טראגעדיע.
די אינטערעסאנטע פאסירונג האט זיך אפגעשפילט פארלאפענע וואך, נאכדעם וואס די קאנטראל באאמטע ביים טורעם אינעם לופטפעלד, האט ווארשיינליך געליטן פון א סטראוק, און זי האט נישט אויסגעפירט אירע פליכטן נארמאל, וואס האט געברענגט צו גרויס צומישענישן ביי די פילאטן אין די לופטן, וועלכע האבן נישט געוויסט וואס זיי האבן צו טון ווייטער.
די באאמטע האט געגעבן מאדנע און אומקלארע צומישטע באפעלן פאר די פילאטן, אין די צייט וואס זי האט זיי געדארפט ווייזן וויאזוי זיך צו הייבן אדער לאנדן זיכערערהייט.
פאר פערציג מינוט האט געפלאסן מאדנע און נישט קלארע באפעלן פון קאנטראל טורעם, און די פילאטן האבן זיך געדרייט אין די לופטן, ביז זיי האבן פארשטאנען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט די באאמטע. עטליכע פילאטן האבן באשלאסן זיך נישט צו הייבן אין אזא צייט, ווייל די צומישעניש קען ברענגען צו עקסידענטן ה”י. זיי האבן איר באלד געפרעגט אויב זי דארף עפעס הילף. אבער דאן האט זי שוין אפילו נישט געענטפערט…
א צווייטער באאמטער האט שנעל איבערגענומען איר ארט, און די באאמטע איז אוועקגעפירט געווארן.