איבער א האלב מיליאן ניו יארק סיטי פארקינג טיקעטס, אין ווערד פון איבער $26 מיליאן דאלער, ווערן יעצט צוריקגעשיקט צו די וואס האבן דאס באצאלט, צוליב א טויש אין די מיטער סיסטעם.
די סיטי שיקט ריפאנדס פון אזויפיל ווי 18 מיליאן דאלער, פאר ניו יארקער איינוואוינער, עס זענען שוין באצאלט 400,000 טויזנט טיקעטס, און נאך א צאל פון 100,000 אנדערע טיקעטס אין ווערד פון 8 מיליאן דאלער, וועלן ווערן דיסמיס”ד.
די פארקינג טיקעטס לויפן אויף די פרייזן פון 35$ ביז $ 65 געוואנדן ווי מען האט דאס באקומען.
די סיטי האט געטוישט די מיטער ארדינענס צו די נומבער 4-08h10 און האבן טאקע געלייגט אויף די טיקעטס די זעלבע נומבער, נאר אן די זירא ביי די ענדע.
די טיקעטס וואס זענען אונטער פראגע צייכן (צוליב די טעות) זענען געווארן געשריבן אין די מאנאטן פון אפריל ביז יולי, נאך וואס די טויש איז אריין אין אפעקט, וואס דאס מיינט אז זיי ווערן אויטאמאטיש אינוואליד.
א מבין צייגט אן פאר “אידישער ווינקל,” אז דאס איז נישט קיין טובה לכאורה, ווייל דאס מיינט אז די פאליציי גייען ווערן זייער ווילד צו אנפולן דעם לאך, און קענען אנהויבן טיילן טיקעטס פאר יעדע מינדערוויכטיגע זאך. מען זאל אכטונג געבן.