דער יד השם ווייזט זיך קלאר ארויס, נאכדעם וואס אין קאליפארניע – וואו עס בוזשעוועט שוין א שיין שטיק צייט גאר א ווילדער וואלד-פייער – האט דער פייער איבערגעהיפט א ישיבה געביידע.
דער פייער האט שוין אומגעברענגט צענדליגער, און פארניכטעט גאר אסאך ווי שוין באריכטעט דא אויף אידישער ווינקל, ווערנדיג געטריבן דורך שווערע ווינטן אין דעם הייסן קלימאט, און איבערגעלאזט שווארצע אפדרוקן אין א גרויס טייל פון דעם סטעיט.
ווען דער פייער האט זיך דערנענטערט צו גרעיטאר לאס אנדזשעלעס, האט מען אנגעהויבן צו עוואקואירן די איינוואוינער. צווישן זיי אויך די בני ישיבת ‘מתיבתא גרעיטאר לאס אנדזשעלעס’, א ישיבה וואס געפינט זיך אין די וועלדער פון די קלאבסאס שטעטל, וואס האבן גענומען די ספרים, און זייער האב און גוטס, זיך געזעגענענדיג פון די ישיבה וואו זיי האבן געלערנט.
ווי שאקירט זענען די ארטיגע קהלה לייט געווען, ווען זיי זענען צוריקגעקומען און געזען אז דער ישיבה – וואס דינט אויך אלס צענטראלער בית המדרש – איז גארנישט געשעדיגט געווארן פון די ווילדע פייער כוואליע. ווי דער ראש הישיבה הרב שלמה גאטטעסמאן זאגט, איז עס פשוט געווען א נס!
לויט א באריכט אין ‘המודיע’ איז דער ישיבה כמעט פארברענט געווארן, נאכדעם וואס ברענעדיגער שטיקער קוילן זענען געפלויגן אויף איינע פון די געביידעס אינעם קאמפוס, אבער עס איז באלד פארלאשן געווארן דורך א פייערלעשער, וואס האט זיך דארט געפינען בהשגחה פרטית, כאטש וואס ער האט בכלל נישט געזאלט דארט דיין דעמאלט, און ער האט באלד געברענגט א פייערלעשער טראק צו איינשטילן די פלאמען נאך בעפאר זיי קענען אנהייבן צו ווילדעווען.
עס איז קלאר אז דער באשעפער האט געהאלטן זיין רעכטן האנט אויף די ישיבה, נאכדעם וואס אלעס ארום איז געבליבן א שווארצער קויל, אבער די ישיבה איז פארבליבן גאנץ און נישט געליטן קיין שאדן.