די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אז זי וועט צאלן ביז אזויפיל ווי פינף מיליאן דאלער, פאר די וואס וועלן פירן צו די וויכטיגע טעראר פיגורן אינערהאלב כאמאס און כיזבאללא.
די רעדע איז איבער דער כאמאס פירער סאלאח על ארורי, און די חיזבאללא פירער כאליל יוסעף מאכאמאד כאראב, און הייטאהם עלי טאבטאבי.
סאלאח אל ארורי איז גאר א גרויסער פיגור אין כאמאס, זייענדיג דער פארוואלטער אויף די מיליטערישע כאמאס איינהייטו אין יהודה און שומרון, אין צוגאב פון דעם וואס ער דינט אלס דער וויצע פון כאמאס כאלאד מאשעל, דער פירער פון די פאליטישע ביורא אינערהאלב כאמאס.
ארורי וואוינט אין טערקיי אונטער די שוץ פון דער טערקישער פרעזידענט ראסאפ ערדואן, און לויט מדינת ישראל איז ארורי דער וואס גיבט ארויס ארדערס ווען אדורכצופירן טעראר אטאקעס.
כאליל יוסעף כאראב איז לויט די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אן אקטיווער מיטגליד און ראטגעבער ביורא צום כיזבאללא פירער כאסאן נסאראללא. כאליל איז דער מענטש וואס פירט די געשפרעכן צווישן כיזבאללא און אנדערע איראנער און פאלאסטינער טעראר צעלן.
דער דריטער אויף די ליסטער איז הייטאהם עלי טאבטאבי, וועלכער איז א באאמטער און פאקטישער פירער פון די כיזבאללא אין סיריע און אין תימן.
די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האפט אז די ארימקייט אין די מיטל מזרח לענדער איבערהויפט אין עזה, וועט ברענגען אז מענטשן זאלן ארויסגעבן די לאקאציע פון די טעראריסטן, צו קענען באקומען די פינף מעלאנעס.