טשיקאווע נייעס

דער סייבער זיכערהייט מיניסטאר וואס האט נאכנישט אנגערירט א קאמפיוטער

שיין קוקט אויס א מיניסטעריום, וואס דער וואס שטייט אין איר שפיץ קען אפילו נישט די א’ ב’ פון וואס זיין ארבעט איז…

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר פון יאפאן געזאגט אין א רעדע, אז ער האט זיך אין זיין לעבן נאכנישט באנוצט מיט א קאמפיוטער!

די רעדע וואס איז געזאגט געווארן דורכאויס דעם צערעמאניע צו קרוינען דעם פרישן מיניסטאר יאשיטיקא סקאראדא אין די קאבינעט קאמיטע פונעם פאראלאמענט, האט דער פרישער מיניסטאר געזאגט אז ער האט ביז היינט קיינמאל נישט געדארפט נוצן קיין קאמפיוטער דורכאויס זיין קאריערע.

“איך באנוץ מיר שוין נישט מיט קיין קאמפיוטער זינט איך בין 25 יאר אלט פון ווען איך געפין מיר אין אויטאראטיווע פאזיציעס, און סעקרעטארן אדער אנדערע ארבייטער האבן פאר מיר דורכגעפירט אלע מיינע געברויכן וואס איך האב געדארפט האבן דורך א קאמפיוטער”. האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר סקאראדא פארציילט.

לויט די עי. פי. אגענטור האט דער 68 יעריגער מיניסטאר נישט קיין מושג בחייכון וביומיכון איבער דעם קאמפיוטער און אירע פונקציעס, ער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן ווען מען האט אים געפרעגט איבער סייבער געפארן אין נוקלעארע סטאנציעס, און ניטאמאל האט ער געוויסט וואס עס איז א “דיסק” אדער א “יו. עס. בי.”

די געזעצגעבער אינעם פארלאמענט האבן געלאכט מיט א פולן מויל און שטימע, הערנדיג די ענטפערס פון מיניסטאר סקאראדא וועלכע איז געליפערט געווארן לעבעדיג אין די אפיציעלע יאפאנעזער טעלעוויזיע.

סקאראדא געפינט זיך שוין אין דעם אמט פון סייבער זיכערהייט מיניסטאר פאר אביסל מער פון א מאנאט, נאכן ווערן אויפגענומען דורך דעם יאפאנעזער פרעזידענט שינזא אבעי, וועלכער האט רעפארמירט זיין קאבינעט נישט לאנג צוריק.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.