אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סאודי אראביע וויל טויטן די מערדער פונעם זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי

די געשיכטע פונעם מארד דורכגעפירט געווארן אויפן סאודישער זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי, איז געגאנגען מיט א קאפיטל ווייטער, נאכדעם וואס עס איז אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן עלף מענטשן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די מארד.

די קלאגע פארלאנגע אז פינף פון זיי זאלן באקומען טויט שטראף וויבאלד זיי האבן פאקטיש דורכגעפירט די מארד, און די אנדערע זעקס זאלן הארב באשטראפט ווערן פארן זיין פארמישט דערין. אויסערדעם זענען פארהאנען צען אנדערע ארעסטירטע וועלכע זענען נאך דערווייל אונטער אויספארשונג, און עס איז נישט אריינגעגעבן געווארן קיין קלאגע קעגן זיי מאמענטאל.

די קלאגעס זענען געבויט געווארן דורך פארשידענע אינפארמאציע וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די גרופע טערקישע און סאודישע פארשער. לויט זייער באווייז איז דער זשורנאליסט פארחושט  און ערמארדעט געווארן, דערנאך האט מען געשענדעט זיין קערפער, וועלכע איז שפעטער אריבערגעפירט געווארן ארויס פון די סאודישע קאנסולאט אין איסטאנבול.

באזונדער איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אויף דעם אנגעשטעלטער וועלכער האט אפגעהאקט די זיכערהייט קאמערעס פונעם קאנסולאט, און דערמיט פארשווישט שפורן פון די מארד.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.