עס טוט זיך אן איבערקערניש איבער א פון-פינגער-אויסגעזויגענע געשיכטע וועלכע באשולדיגט די חרדי’שע פאסאזשירן אין זיך אויפפירן ווילד צו א פליה מאנשאפט איינגעשטעלטע אויף די על-אל לופטליניע, אויפן פלייט וועלכע איז געפלויגן פרייטאג פון ניו יארק און געזאלט אנקומען קיין ארץ ישראל.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען איינע פון די פרייע פאסאזשירן האט ארויסגעשטעלט אויפן סאציאלן מידיע א באריכט, אז נאך זעקס שעה פארן האט זי געהערט געשרייען, און געזען א פרוי פון די פליה מאנשאפט וויינט, נאכדעם וואס חרדי’שע פאסאזשירן האבן געהויבן אויף איר הענט, און איר געשטופט, דערנאך האט מען איר געסטראשעט אז מען גייט אויפברעכן דעם פילאט קאבינע, כדי זיי זאלן נישט דארפן פליען אין שבת. די פאוסט ענדיגט זיך בייסיג אז “ווי עס שיינט איז שמירת שבת ביי די פרומע, וויכטיגער ווי ואהבת לרעך כמוך”.
צו דעם האט מיטגעשטימט נאך א פאסאזשיר, שמעון שבס, וואס איז געווען דער דירעקטאר פון די יצחק רבין פרעמיער מיניסטאר, אין מדינת ישראל, שרייבנדיג אז די חרדישע האבן זיך אויפגעפירט זייער נישט ארנטליך.
זייערע רייד זענען אבער אפגעווארפן געווארן דורך יהודה שלעזינגער, א שרייבער אינעם “ישראל היום”, וועלכער איז אויך געווען אין דעם רייזע, און געשריבן אז פונקט פארקערט, די חרדי’שע אידן האבן זיך אויפגעפירט גאר איידל און וואונדערבאר.
“איך האב פלאנירט צו שרייבן אן ארטיקל “אויף וועלכע ‘שלעכטע’ חרדים רעדט איר?” אין די ישראל היום” שרייבט שלעזינגער מוצאי שבת, “איך האב מיר געוואלט באציען און אייך דערציילן איבער די חרדים וועלכע איך האב באגעגנט אין מיין רייזע. אבער מוצאי שבת האב איך געעפנט די נייעס זייטלעך, און געזען צעדרייטע קעפלעך איבער ‘שלעכטע חרדים’ וועלכע ‘האבן געשטופט א פליה מאנשאפט מיטגלידערין’ און ‘געסטראשעט זיך איינצוברעכן אין דעם פילאט קאבינע’.
ווי שלעזינגער שרייבט ווייטער, איז די רעדע פון ‘טאנען מיט גיפט און קלארע פאלשע נייעס’. צו די שלעכטע מזל פון די ‘על-אל’ לופטליניע איז געווען א זשורנאליסט אויפן פליגער, און ווען עס איז דא דראמא, עפנט ער אויף זיין קאמערע און נעמט זיך דאס נוצן… אזוי האב איך געזען אז איך האב אלעס אפגעכאפט.
און אט איז וואס שלעזינגער האט צו דערציילן איבער די אויפירונג פון די חרדי’שע פאסאזשירן: “איך האב געזען חרדים, וואס מ’האט זיי ליגענט געזאגט און צומישט, פארט זענען זיי געבליבן שטיל און געשוויגן. כ’האב געזען חרדים וואס ווערן איינגעשפארט אין א פליגער (ממש אזוי) און זיי נעמען זיך זינגען. איך האב געזען און דאקומענטירט פלייט אטענדעס וועלכע האבן באשלאסן צו שטראפן אומשולדיגע פאסאזשירן און זיי נישט געבן קיין סערוויס.
“איך האב געזען חרדים וואס זענען גרייט צו איבערנעכטיגן אין לופטפעלד, כדי די פרייע זאלן נישט מחלל שבת זיין. כ’האב געזען חרדים וואס א בראואלע פאסאזשיר (וועלכע האט געשריבן די פאוסט) האט געשריגן אויף זיי, געשאלטן, און פארט זענען זיי געבליבן שטיל.
“איך האב געזען און דאקומענטירט א פלייט אטענדע וואס האט זיך אויפגעפירט אגרעסיוו, און מיר אוועקגעכאפט מיין קאמערע, איך האב אים געפרעגט זיין נאמען, און נאכן הערן אז איך בין א זשורנאליסט [און אז איך בין נישט?] האט ער זיך אנטשולדיגט פאר מיר, און באשלאסן אז ער וועט לפנים משורת הדין מיר צוריקגעבן די קאמערע אויב איך וועל נישט ארויסלייגן פאר פובליק דעם ווידעא וואס איך האב אפגעכאפט, אן דאס צו פארווישן.
“איך האב געזען חרדים וואס מען לאזט זיי וויסן אז זיי וועלן נישט זען די קינדער און זייערע געפעק אויף שבת, און זיי האבן זיך געזארגט צו זיך אן עצה געבן און צוזאמען זיך צעקוועטשן אין א קליינער שטיבל אין אטענס, און אריבערפירן דעם שבת מיט וואס זיי האבן יא.
“איך האב געזען די שאנדע פון אל-על, די פעיק ניוס, די קוואנטום פון גיפט, און נישט געקענט שווייגן. ווי פאפולער איז אריינצוקוקן אין די חרדים, און ווי ווייט איז דער פאקט פון די געשיכטע”.
ער פירט אויס אז עס איז דא גענוג שנאה צווישן די פרומע און די פרייע, עס פעלט נישט אויס נאך.
דאן פארציילט ער די פאקטן: די פלייט האט געדארפט ארויספליען דאנערשטאג אום 6:30, די שפעטיגונג פון איינס און אהאלב שעה האט נישט צופיל געבאדערט, עס שנייט, מאכט זיך.
אבער אויפן פליגער זענען זיי געוואר געווארן די עכטע מאטיוון: די פליה מאנשאפט איז אנגעקומען שפעט, און מען האט זיי געדארפט ווארטן. אלע רייזענדע האבן געוויסט אז עס שנייט און מ’דארף ארויספליעו פריער, אבער די פליה מאנשאפט נישט? אויב וואלט איך געקומען שפעט, וואלט מען מיר אויך געווארט?
דאן האט מען יעדן אראפגעזעצט אין פליגער און אנגעהויבן צו פיטערן מיט ליגענט: ‘די פליה מאנשאפט איז שוין דא’, ‘מען פארט אט אט ארויס’, ‘מיר זענען די ערשטע אין די רייע’, ‘מען לאזט זיך ארויס אין די עקספרעס ליניע’, ‘מען ווארימט זיך אן און מען פליעט’, אזוי האט זיך עס געצויגן פאר דריי שטונדן, מיט אן ענדלאזער קייט פון ליגענט’ס.
ווען חרדי’שע פאסאזשירן האבן געוואלט אראפגיין פון פליגער, האט מען זיי בשום אופן נישט געלאזט, מען האט קלארגעשטעלט אז ‘מ’וועט אנקומען איינס א האלב שעה בעפאר שבת’.
צוויי שעה בעפארן לאנדן האט מען געלאזט וויסן א נייע פלאן, אז די חרדים וועלן אראפגיין אין אטענס, און די פרייע וועלן פארזעצן דעם וועג. יעדער האט גערודערט, מען האט ליגענט געזאגט פאר די גאס מיט א גראדן שטערן, אן זיך צו צעמישן…
שוידערליך
עשיו שונא ליעקב
ווען אזעלעכ’ס זאל פארקומען ביי א גוי’שע פירמע, וואלט מען געמאכט א בויקאט. פארוואס טוט מען גארנישט?
וואס איז די גרויסע נייעס? זיי זענען ציונים! זיי האבען פיינט יודען מער ווי אראבער! וואלט איר געפארען מיט “אייסעס” עיר ליין’ס????????????????
ס’צייט צו זעהן דעם פארשלייערטען פנים פון על-אל, און פון ציוניזים, זיי האבן באשלאסען אראפצונעמען די מאסקעס, מיר חרדים האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמן, מיר דארפן ווייטער שטאלצירן מיט אונזער שיינע יהדות נישט זוכן פרעמדע גליקן אינדרויסן.