פרעזידענט טראמפ וואס האט געוואלט אראפנעמען די ערלויבעניש פונעם CNN רעפארטער אקוסטא אריינצוטרעטן אינעם ווייסן הויז, נאכדעם וואס דער רעפארטער האט אים געצימבלט און נישט אויסגעפאלגט זיינע באפעלן צו זיין שטיל, איז געווארן אפגעווארפן דורך א ריכטער וואס דער פרעזידענט האט געשטעלט נישט לאנג צוריק.
דער פעדעראלער ריכטער טימעטי קעללי, האט פרייטאג געאורטיילט אז דער פרעזידענט דארף צוריק געבן ערלויבעניש פאר אקוסטא צו אריינקומען אינעם ווייסן הויז, תיכף ומיד, נאכדעם וואס די CNN אגענטור האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם פרעזידענט אז ער אונטערדרוקט פרייהייט פון אויסדרוק.
די ווייסע הויז האט געזאגט אז CNN קען גערן שיקן א צווייטן רעפארטער צום ווייסן הויז, אבער אקוסטא זאל מוחל זיין און בלייבן אינדערויסן. אבער דער ריכטער האט געאורטיילט אז עס איז נישטא קיין שום רעכט דערצו, און אקוסטא זאל זאפארט צוריק באקומען זיין אריינטריט.
ווי שוין באריכטעט דא אויף אידישער ווינקל, האט אקוסטא געטשעפעט דעם פרעזידענט און די צוויי האבן זיך אויסגעטוישט שארפע ווערטער, וואו טראמפ האט באצייכנט אקוסטא אלס א שאנדע פאר די CNN, און איינער וואס באגייט זיך געפערליך מיט אנדערע מענטשן.
לויט ווי דער דער היימישער זשורנאליסט פון עמי מאגאזין אין די ווייסע הויז, ר’ אברהם יעקב טערקלטויב, באקאנט מיט זיין נאמען “טורקס”, זאגט אויף קול מבשר, איז שוין אקוסטא צוריק אין ווייסן הויז, און דרייט זיך דארט ארום מיט די קאפ אין דער הייעך.
עס דארף באמערקט ווערן, אז די פסק איז נישט פערמענאנט, נאר ווילאנג די געריכט גייט דורך די קעיס קען ער אויף דערווייל אריינגיין אין וואסע הויז. (און מען מיז אים נישט גיבן צו פרעגן שאלות אד”ג.)