די געזונטהייט אגענטור פון אושען אין ניו דזשערסי ווארנט, אז די צאל פון מיזעלס אנגעשטעקטע הייבט זיך אין לעיקוואד, און דער שפיל ווערט ערנסטער.
“די צאל קען וואקסן אויב מענטשן וואקסיניזירן זיך נישט” זעט מען איבעראל ווארענונגען. איבער אלע שטעט פארגרעסערט מען די מעדעצינישער שטאב, אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין פוילער תירוץ אז עס איז דא צו לאנגע ליניעס…
לויט ווי געזונטהייט עקספערטן זענען אזויפיל ווי 90% מענטשן אויסגעשטעלט צו ווערן אנגעשטעקט מיט די מיזעלס, און בלויז די וואס זענען וואקסינירט קען דער קערפער שטעלן א ווידערשטאנד. די אפעקט פון די מיזעלס קען אנשטעקן אנדערע מענטשן אזויפיל ווי צוויי שעה נאכדעם וואס א מיזעלס אנגעשטעקטער פארלאזט דעם געביידע וואו ער האט זיך געפינען.
אויב איז דאס נישט גענוג שרעקעדיג, זאגן די ציפערן אז אזויפיל ווי 30% פון די מיזעלס אנגעשטעקטע האבן געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס אלס רעזולטאט.
אין די היימישע געגנטער האט מען שוין ליידער געהערט פון א גרויסע צאל מיזעלס אנגעשטעקטע, אין אושען ניו דזשערסי איז באריכטעט 14 פעלער, אין ראקלענד זענען אזויפיל ווי 74 מענטשן געווארן אנגעשטעקט דערמיט, און אין די היימישע געגנטער אין ברוקלין האלט עס ביי 24 מיזעלס אנגעשטעקטע.
אסאך היימישע מוסדות החינוך האבן געמאלדן אז קינדער וואס האבן נישט גענומען קיין וואקסינען זאלן נישט קומען לערנען אין חדר אדער אין שולע, און אין לעיקוואד איז מען געגאנגען מיט א טריט ווייטער, אסר’נדיג אומוואקסינירטע מענטשן אריינצוטרעטן אין די בתי מדרשים.
חילול השם