בקשו רחמים: כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה פון האברך משה בן פרומט רבקה, וועלכער איז נעכטן נאכט ארויסגעפאלן פון א פענסטער אויף דער פערטער שטאק, און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.
די אינצידענט האט פאסירט אין אשדוד, וואו דער אינגערמאן איז אראפגעפאלן אויף די בעל שם טוב גאס, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעפירט פארשידענע מעבל פון זיין היים, און איז ארויסגעפאלן פון דעם פענסטער.
איחוד הצלה איז שנעל אנגעקומען אויפן ארט מיט נאך פאראמעדיקס, און אים אריינגעפירט אין שפיטאל אין גאר א שווערע צושטאנד, און כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פארן אינגערמאן וועלכער איז א טאטע פאר דריי קינדער, משה בן פרומט רבקה לרפואה שלימה, בתוך שאר חולי ישראל.